Page 57 - Mishley
P. 57

‫משלי‬

      ‫‪ 1‬װי שנײ אום זומער‪ ,‬און װי רעגן אין שניט‪,‬כו‬
                              ‫אַזױ פּאַסט ניט פֿאַרן נאַרן כּבֿוד‪.‬‬
           ‫‪ 2‬װי אַ שפּערל װאָס װאַנדערט‪ ,‬װי אַ שװאַלב װאָס פֿליט‪,‬‬
              ‫אַזױ װעט אַן אומזיסטע קללה אָנקומען אױף זיך אַלײן‪.‬‬

                          ‫‪ 3‬אַ ב ַײטש פֿאַרן פֿערד‪ ,‬אַ צאַם פֿאַרן אײזל‪,‬‬
                                 ‫און אַ רוט פֿאַרן רוקן פֿון דעם נאַרן‪.‬‬

           ‫‪ 4‬זאָלסט ניט ענטפֿערן דעם נאַרן אַזױ װי ז ַײן נאַרישקײט‪,‬‬
                          ‫כּדי דו אױך זאָלסט ניט װערן גל ַײך צו אים‪.‬‬

                        ‫‪ 5‬ענטפֿער דעם נאַרן װעדליק ז ַײן נאַרישקײט‪,‬‬
                          ‫כּדי ער זאָל ניט ז ַײן אַ חכם אין ז ַײנע אױגן‪.‬‬

              ‫‪ 6‬די פֿיס האַקט זיך אָפּ‪ ,‬מיט ערגערניש טרינקט זיך אָן‪,‬‬
                   ‫דער װאָס שיקט זאַכן דורך דער האַנט פֿון אַ נאַרן‪.‬‬

                              ‫‪ 7‬די פֿיס באָמבלען זיך ב ַײם הינקעדיקן‪,‬‬
                                     ‫און אַ משל אין מױל פֿון אַ נאַרן‪.‬‬

                        ‫‪ 8‬װי אַ קלײן ֶאבֿן‪-‬טובֿ אױף אַ הױפֿן שטײנער‪,‬‬
                                         ‫אַזױ אַז מע גיט כּבֿוד אַ נאַרן‪.‬‬

                  ‫‪ 9‬אַ דאָרן װאָס קומט אין דער האַנט פֿון אַ שיכּורן‪,‬‬
                                ‫אַזױ איז אַ משל אין מױל פֿון אַ נאַרן‪.‬‬

                           ‫‪ 10‬דער שטאַרקער קען אַלצדינג אױפֿטאָן‪,‬‬
‫אָבער דער װאָס װיל א ַײנהאַלטן אַ נאַרן‪ ,‬װיל א ַײנהאַלטן אַ פֿלײצונג‪.‬‬

                  ‫‪ 11‬װי אַ הונט װאָס קערט זיך אום צו ז ַײן מײקעכץ‪,‬‬
                                  ‫חזרט איבער דער נאַר ז ַײן טיפּשות‪.‬‬

               ‫‪ 12‬זעסטו אַ מענטשן װאָס איז אַ חכם אין ז ַײנע אױגן‪,‬‬
                    ‫איז דאָ מער האָפֿענונג פֿאַר אַ נאַרן װי פֿאַר אים‪.‬‬

                     ‫‪ 13‬דער פֿױלער זאָגט‪ :‬אַ װילד לײב איז אין װעג‪,‬‬
                                               ‫אַ לײב איז אין די גאַסן‪.‬‬
   52   53   54   55   56   57   58   59   60   61   62