Page 61 - Mishley
P. 61
משלי
און צו באַצאָלן פֿאַר אַ פֿעלד די בעק;
27און גענוג ציגנמילך װעט ז ַײן פֿאַר ד ַײן שפּ ַײז –
פֿאַר דעם שפּ ַײז פֿון ד ַײן הױזגעזינט,
און דערנערונג פֿאַר ד ַײנע דינסטמײדלעך.
1דער ָרשע לױפֿט װען קײנער יאָגט ניט,
אָבער די צדיקים ז ַײנען זיכער װי אַ יונגער לײב.כח
2דורך דעם פֿאַרברעך פֿון אַ לאַנד ז ַײנען פֿיל אירע האַרן,
אָבער דורך אַ פֿאַרשטאַנדיקן מאַן װאָס װײס ,האַלט אָן לאַנג דער
באַשטאַנד.
3אַן אָרימאַן װאָס דריקט די שװאַכע,
איז אַ שלאַקסרעגן װאָס לאָזט אָן ברױט.
4די װאָס פֿאַרלאָזן די תּורה ,לױבן די ר ָשעים,
אָבער די װאָס היטן די תּורה ,קריגן זיך מיט זײ.
5שלעכטע מענטשן פֿאַרשטײען ניט גערעכטיקײט,
אָבער די װאָס זוכן גאָט ,פֿאַרשטײען אַלץ.
6בעסער אַן אָרימאַן װאָס גײט מיט ז ַײן ערלעכקײט,
אײדער דער װאָס ז ַײנע װעגן ז ַײנען קרום ,און ער איז אַן עושר.
7אַ פֿאַרשטאַנדיקער זון היט די לערנונג,
אָבער דער װאָס חבֿרט זיך מיט פֿרעסערס ,פֿאַרשעמט ז ַײן פֿאָטער.
8דער װאָס מערט ז ַײן פֿאַרמעג דורך צינדזן און מערונג,
זאַמלט עס פֿאַר דעם װאָס װעט שענקען צו אָרימע.
9דער װאָס קערט אָפּ ז ַײן אױער פֿון צו הערן די לערנונג,
איז אַפֿילו ז ַײן תּפֿילה אַן אומװערדיקײט.
10דער װאָס פֿאַרפֿירט די רעכטפֿאַרטיקע אױף אַ שלעכטן װעג,
װעט ער אַר ַײנפֿאַלן אין ז ַײן אײגענער גרוב,
און די ערלעכע װעלן אַרבן גוטס.