Page 65 - Mishley
P. 65
משלי
20זעסטו אַ מענטשן האַסטיק מיט ז ַײנע װערטער,
איז דאָ מער האָפֿענונג פֿאַר אַ נאַרן װי פֿאַר אים.
21דער װאָס פֿאַרצערטלט פֿון יוגנט ז ַײן קנעכט,
װעט ער צום ָסוף װערן אַן אײבערהאַר.
22אַ צאָרנדיקער מענטש מאַכט אָן קריג,
און אַ כּעסן באַגײט פֿיל פֿאַרברעכן.
23די גאװה פֿון אַ מענטשן דערנידערט אים,
און דער װאָס איז ָשפֿל אין געמיט װעט קריגן כּבֿוד.
24דער װאָס טײלט זיך מיט אַ גנבֿ ,איז אַ שׂונא זיך אַלײן:
ער הערט די קללה ,און זאָגט ניט אױס.
25מורא פֿאַר אַ מענטשן לײגט אַ שטרױכלונג,
אָבער דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף גאָט ,װערט באַשיצט.
26פֿיל זוכן דעם פּנים פֿון דעם געװעלטיקער,
אָבער פֿון גאָט איז דעם מענטשנס משפּט.
27אַן אומװערדיקײט ב ַײ די צדיקים איז דער מאַן פֿון אומרעכט,
און אַן אומװערדיקײט ב ַײ די ר ָשעים ,דער װאָס ז ַײן װעג איז גל ַײך.
1די װערטער פֿון אָגור דער זון פֿון ָי ֶקהן; אַ מוסר.ל
דער מאַן האָט געזאָגט צו איתי ֵאלן,
צו איתי ֵאלן און או ָכּלן:
2פֿאַר װאָר ,איך בין פֿאַרגרעבטער פֿון איטלעכן,
און איך האָב ניט קײן פֿאַרשטאַנדיקײט פֿון אַ מענטשן,
3און איך האָב ניט געלערנט קײן חכמה,
אַז דערקענונג פֿון הײליקן זאָל איך װיסן.
4װער איז אַרױף אױפֿן הימל ,און אַראָפּגענידערט?
װער האָט געזאַמלט דעם װינט אין ז ַײנע פֿױסטן?
װער האָט א ַײנגעבונדן די װאַסערן אין אַ טוך?
װער האָט אױפֿגעשטעלט אַלע עקן פֿון דער ערד?