Page 68 - Mishley
P. 68
משלי
29דר ַײ האָבן אַ שײנעם טראָט,
יאָ ,פֿיר גײען שײן:
30דער לײב ,דער שטאַרקסטער צװישן די חיות,
װאָס קערט זיך ניט אָפּ פֿאַר קײנעם;
31דער יאַכטהונט ,און דער באָק;
און דער מלך ,װאָס ניטאָ קעגן אים קײן באַשטאַנד.
32אױב דו האָסט זיך פֿאַרמיאוסט דורך איבערנעמען זיך,
איז ,אױב דו ביסט איבערלײגט ,טו די האַנט אױפֿן מױל,
33װאָרום דריקן מילך ברענגט אַרױס פּוטער,
און דריקן די נאָז ברענגט אַרױס בלוט,
און דריקן צאָרן ברענגט אַרױס קריג.
1די װערטער פֿון מלך למו ֵאל ,אַ מוסר װאָס
ז ַײן מוטער האָט אים געלערנט.לא
2נײן ,מ ַײן זון! און נײן ,זון פֿון מ ַײן ל ַײב,
און נײן ,זון פֿון מ ַײנע נדרים;
3זאָלסט ניט אַװעקגעבן אױף װ ַײבער ד ַײן כּוח,
און ד ַײנע װעגן אױף װאָס ברענגט אום מלכים.
4ניט פֿאַר מלכים ,למו ֵאל,
ניט פֿאַר מלכים איז טרינקען װ ַײן,
און װוּ פֿאַר פֿירשטן געטראַנק!
5כּדי זײ זאָלן ניט טרינקען און פֿאַרגעסן דאָס געזעץ,
און פֿאַרדרײען דעם משפּט פֿון אַלע געדריקטע.
6גיט געטראַנק צום פֿאַרלאָרענעם,
און װ ַײן צו די פֿאַרביטערטע אין געמיט.
7זאָל ער טרינקען און פֿאַרגעסן ז ַײן אָרימקײט
און ז ַײן מאַטערניש מער ניט געדענקען.
8עפֿן ד ַײן מױל פֿאַר דעם שטומען,
פֿאַר דעם רעכט פֿון אַלע פֿאַרגײ ִיקע.
9עפֿן ד ַײן מױל ,משפּט מיט גערעכטיקײט,
און טו רעכט דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון.