Page 67 - Mishley
P. 67

‫משלי‬

       ‫די ערד װאָס װערט ניט זאַט מיט װאַסער‪,‬‬
         ‫און דאָס פֿ ַײער װאָס זאָגט ניט „גענוג”‪.‬‬

        ‫‪ 17‬דאָס אױג װאָס שפּאָט פֿון אַ פֿאָטער‪,‬‬
            ‫און פֿאַראַכט צו געהאָרכן אַ מוטער‪,‬‬
            ‫זאָלן עס אױספּיקן די ראָבן פֿון טאָל‪,‬‬

    ‫און זאָלן עס אױפֿעסן די קינדער פֿון אָדלער‪.‬‬

   ‫‪ 18‬פֿאַראַן דר ַײ װאָס ז ַײנען פֿאַרהױלן פֿון מיר‪,‬‬
              ‫יאָ‪ ,‬פֿיר װאָס איך פֿאַרשטײ זײ ניט‪:‬‬
               ‫‪ 19‬דער װעג פֿון אָדלער אין הימל‪,‬‬

        ‫דער װעג פֿון דער שלאַנג אױף אַ פֿעלדז‪,‬‬
                ‫דער װעג פֿון אַ שיף אין מיטן ים‪,‬‬

        ‫און דער װעג פֿון אַ מאַן מיט אַ יונגפֿרױ‪.‬‬

‫‪ 20‬אַזױ איז דער שטײגער פֿון אַ פֿרױ אַ נואפֿטע‪:‬‬
                 ‫זי עסט און װישט אָפּ איר מױל‪,‬‬

        ‫און זאָגט‪ :‬איך האָב ניט געטאָן קײן בײז‪.‬‬

             ‫‪ 21‬אונטער דר ַײען ציטערט די ערד‪,‬‬
       ‫יאָ‪ ,‬אונטער פֿירן קען זי ניט אױסהאַלטן‪:‬‬
     ‫‪ 22‬אונטער אַ קנעכט‪ ,‬אַז ער װערט אַ מלך‪,‬‬
       ‫און אַ מנוּװל‪ ,‬אַז ער האָט ברױט צו זאַט;‬
    ‫‪ 23‬אונטער אַ מיאוסער‪ ,‬אַז זי קריגט אַ מאַן‪,‬‬
      ‫און אַ דינסט‪ ,‬אַז זי ירשעט איר האַרינטע‪.‬‬

      ‫‪ 24‬פֿיר ז ַײנען די קלענסטע אױף דער ערד‪,‬‬
               ‫און זײ ז ַײנען די קליגסטע חכמים‪:‬‬

 ‫‪ 25‬די מוראַזשקעס ז ַײנען אַ פֿאָלק ניט שטאַרק‪,‬‬
       ‫און זײ גרײטן אָן אום זומער זײער שפּ ַײז;‬

     ‫‪ 26‬די קיניגלס ז ַײנען אַ פֿאָלק ניט מאַכטיק‪,‬‬
              ‫און זײ מאַכן אין פֿעלדז זײער הױז;‬
             ‫‪ 27‬ניטאָ קײן מלך ב ַײ די הײשעריקן‪,‬‬
             ‫און זײ גײען אַרױס אין מחנות אַלע;‬

    ‫‪ 28‬די שפּין קענסטו מיט די הענט אָננעמען‪,‬‬
              ‫און זי איז אין קיניגלעכע פּאַלאַצן‪.‬‬
   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71   72