Page 62 - Mishley
P. 62
משלי
11דער ר ַײכער מאַן איז אַ חכם אין ז ַײנע אױגן,
אָבער דער קלוגע אָרימאַן פֿאָרשט אים דורך.
12אַז צדיקים פֿרײען זיך איז אַ גרױסע גדוּלה,
אָבער אַז ר ָשעים קומען אױף ,מוז מען זוכן אַ מענטשן.
13דער װאָס פֿאַרדעקט ז ַײנע זינד ,װעט ניט באַגליקן,
אָבער דער װאָס איז זיך מודה און פֿאַרלאָזט זײ ,װעט דערבאַרימט
װערן.
14װױל צו דעם מענטשן װאָס פֿאָרכט תּמיד,
און דער װאָס מאַכט האַרט ז ַײן האַרץ װעט אַר ַײנפֿאַלן אין בײז.
15אַ ברומיקער לײב ,און אַ הונגעריקער בער,
איז אַ ָרשע װאָס געװעלטיקט איבער אָרים פֿאָלק.
16אַ פֿירשט פֿעליק אין שׂכל איז גרױס אין רױבער ַײען;
און דער װאָס האָט פֿ ַײנט אומערלעכן געװין איז מאריך-ימים.
17אַ מענטש װאָס האָט אױף זיך דאָס בלוט פֿון אַ נפֿש,
װעט לױפֿן ביזן גרוב ,מע װעט אים ניט ב ַײשטײן.
18דער װאָס גײט ערלעך װעט געהאָלפֿן װערן,
און דער װאָס ז ַײנע װעגן ז ַײנען קרום ,װעט פֿאַלן מיט אײן מאָל.
19דער װאָס באַאַרבעט ז ַײן ערד װעט האָבן ברױט צו זאַט,
און דער װאָס יאָגט זיך נאָך פּוסטע זאַכן װעט זאַט ז ַײן מיט דלות.
20אַן ערלעכער מענטש קריגט פֿיל ברכות,
אָבער דער װאָס װיל גיך ר ַײך װערן װעט ניט אָפּקומען גלאַט.
21פֿון שאַנעװען קומט ניט אַרױס קײן גוטס,
אָבער אום אַ שטיקל ברױט פֿאַרזינדיקט זיך דער מענטש.
22פֿאַרהאַװעט נאָך ר ַײכטום איז אַ מענטש אַ ניט פֿאַרגינער,
און ער װײס ניט אַז די נױט װעט קומען אױף אים.