Page 59 - Mishley
P. 59

‫משלי‬

               ‫‪ 27‬דער װאָס גראָבט אַ גרוב‪ ,‬װעט אין איר אַר ַײנפֿאַלן‪,‬‬
       ‫און דער װאָס ק ַײקלט אַ שטײן‪ ,‬װעט ער זיך אומקערן צו אים‪.‬‬

                   ‫‪ 28‬דער דערשלאָגענער האָט פֿ ַײנט אַ פֿאַלשע צונג‪,‬‬
                              ‫אָבער געפֿאַלנקײט מאַכט אַ גלאַט מױל‪.‬‬

            ‫‪ 1‬זאָלסט זיך ניט רימען מיט דעם מאָרגעדיקן טאָג‪,‬‬

    ‫װאָרום דו װײסט ניט װאָס דער טאָג װעט געבערן‪.‬כז‬
                      ‫‪ 2‬זאָל דיך לױבן אַן אַנדערער‪ ,‬און ניט ד ַײן מױל‪,‬‬
                                      ‫אַ פֿרעמדער‪ ,‬און ניט ד ַײנע ליפּן‪.‬‬
                            ‫‪ 3‬שװער איז שטײן‪ ,‬און אַ משׂא איז זאַמד‪,‬‬
               ‫אָבער דער כּעס פֿון אַ נאַרן איז שװערער פֿון זײ בײדן‪.‬‬
        ‫‪ 4‬אומדערבאַרימדיק איז גרימצאָרן‪ ,‬און אַ פֿלײצונג איז כּעס‪,‬‬

                                 ‫אָבער װער קען באַשטײן פֿאַר קנאה?‬
                                       ‫‪ 5‬בעסער אַן אָפֿענער פֿאָרװוּרף‬
                                      ‫אײדער פֿאַרבאָרגענע ליבשאַפֿט‪.‬‬

                           ‫‪ 6‬גינציק ז ַײנען די װוּנדן פֿון אַ גוטן פֿר ַײנט‪,‬‬
                             ‫און צו לאַסט ז ַײנען די קושן פֿון אַ שׂונא‪.‬‬
                               ‫‪ 7‬אַ זאַטע זעל טרעט אױף האָניקזאַפֿט‪,‬‬

                     ‫און אַ הונגעריקער זעל איז איטלעך ביטערס זיס‪.‬‬
                             ‫‪ 8‬װי אַ פֿױגל פֿאַרװאָגעלט פֿון איר נעסט‪,‬‬

                         ‫אַזױ איז אַ מענטש פֿאַרװאָגלט פֿון ז ַײן הײם‪.‬‬
                             ‫‪ 9‬אײל און װ ַײרױך דערפֿרײט דאָס האַרץ‪,‬‬

          ‫דאָס גל ַײכן די זיסקײט פֿון אַ חבֿר דורך אַ האַרציקער עצה‪.‬‬

      ‫‪ 10‬ד ַײן גוטן פֿר ַײנט‪ ,‬און ד ַײן פֿאָטערס גוטן פֿר ַײנט זאָלסטו ניט‬
                                                              ‫פֿאַרלאָזן;‬

‫און זאָלסט ניט קומען אין ד ַײן ברודערס הױז אין טאָג פֿון ד ַײן בראָך;‬
                    ‫בעסער אַ נאָנטער ָשכן אײדער אַ װ ַײטער ברודער‪.‬‬

                         ‫‪ 11‬ז ַײ קלוג‪ ,‬מ ַײן זון‪ ,‬און דערפֿרײ מ ַײן האַרץ‪,‬‬
             ‫און איך װעל קענען ענטפֿערן דעם װאָס לעסטערט מיך‪.‬‬

                    ‫‪ 12‬דער קלוגער זעט דאָס בײז‪ ,‬פֿאַרבאָרגט ער זיך‪,‬‬
                          ‫די נאַרן גײען װ ַײטער‪ ,‬װערן זײ געשטראָפֿט‪.‬‬
   54   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64