Page 56 - Mishley
P. 56

‫משלי‬

 ‫‪ 16‬האָסטו געפֿונען האָניק‪ ,‬עס פֿיל עס איז גענוג פֿאַר דיר‪,‬‬
‫כּדי זאָלסט זיך ניט איבערזעטן דערמיט‪ ,‬און עס אױסברעכן‪.‬‬

               ‫‪ 17‬מאַך ד ַײן פֿוס זעלטן אין הױז פֿון ד ַײן חבֿר‪,‬‬
   ‫כּדי ער זאָל ניט זאַט װערן מיט דיר‪ ,‬און דיך פֿ ַײנט קריגן‪.‬‬

           ‫‪ 18‬אַ ברעכשטאַנג און אַ שװערד און שאַרפֿע פֿ ַײל‬
      ‫איז אַ מענטש װאָס זאָגט פֿאַלשע עדות אױף ז ַײן חבֿר‪.‬‬

      ‫‪ 19‬אַ צעבראָכענער צאָן און אַן אױסגעלונקענער פֿוס‪,‬‬
    ‫איז די פֿאַרזיכערונג פֿון דעם פֿעלשער אין טאָג פֿון נױט‪.‬‬

     ‫‪ 20‬װי דער װאָס טוט אױס דעם בגד אין אַ קאַלטן טאָג‪,‬‬
                                      ‫װי עסיק אױף לױגזאַלץ‪,‬‬

                                  ‫אַזױ דער װאָס זינגט לידער‬
                                   ‫פֿאַר אַן אומעטיקן האַרצן‪.‬‬

         ‫‪ 21‬אַז ד ַײן שׂונא איז הונגעריק‪ ,‬גיב אים עסן ברױט‪,‬‬
        ‫און אַז ער איז דאָרשטיק‪ ,‬גיב אים טרינקען װאַסער;‬

                   ‫‪ 22‬װאָרום קױלן שיטסטו אים אױפֿן קאָפּ‪,‬‬
                                  ‫און גאָט װעט דיר באַצאָלן‪.‬‬

                                  ‫‪ 23‬צפֿון‪-‬װינט ברענגט רעגן‪,‬‬
            ‫און אַ פֿאַרשטעלטע צונג פֿאַרדראָסיקע פּנימער‪.‬‬

                        ‫‪ 24‬בעסער װױנען אױף אַ װינקל דאַך‪,‬‬
               ‫אײדער אין אײן הױז מיט אַ װ ַײב אַ קריגערין‪.‬‬

              ‫‪ 25‬קאַלטע װאַסער פֿאַר אַ פֿאַרשמאַכטער זעל‪,‬‬
                  ‫אַזױ איז אַ גוטע בשׂורה פֿון אַ װ ַײטן לאַנד‪.‬‬

            ‫‪ 26‬אַ קױטיקער קװאַל‪ ,‬און אַ דומפּיקער ברונעם‬
                      ‫איז אַ צדיק װאָס בײגט זיך פֿאַרן ָרשע‪.‬‬

                          ‫‪ 27‬צו פֿיל האָניק עסן איז ניט גוט;‬
            ‫און כּבֿוד הײסט פֿאַרשטײן דעם אײגענעם כּבֿוד‪.‬‬

                   ‫‪ 28‬אַן א ַײנגעבראָכענע שטאָט אָן אַ מױער‬
    ‫איז אַ מענטש װאָס ניטאָ קײן אָפּהאַלט פֿאַר ז ַײן געמיט‪.‬‬
   51   52   53   54   55   56   57   58   59   60   61