Page 52 - Mishley
P. 52
משלי
34און װעסט ז ַײן װי אײנער װאָס ליגט אין מיטן ים,
אָדער װי אײנער װאָס ליגט אױף אַ שפּיץ מאַסט.
„ 35זײ האָבן מיך געשלאָגן ,און מיר האָט ניט װײ געטאָן,
זײ האָבן מיך צעקלאַפּט ,און איך האָב ניט געשפּירט;
װען ניכטער איך זיך אױס ,װעל איך עס נאָך װידער זוכן”.
1זאָלסט ניט ז ַײן מקנא בײזע ל ַײט,כד
און זאָלסט ניט גאַרן צו ז ַײן מיט זײ,
2װאָרום פֿאַרװיסטונג טראַכט זײער האַרץ,
און אומגליק רעדן זײערע ליפּן.
3מיט חכמה װערט אַ הױז געבױט,
און מיט פֿאַרשטאַנדיקײט װערט עס באַפֿעסטיקט;
4און דורך קענשאַפֿט װערן די קאַמערן אָנגעפֿילט
מיט אַלערלײ ט ַײערן און ליבלעכן גוטס.
5אַ קלוגער מאַן איז אין מאַכט,
און אַ מענטש מיט קענשאַפֿט האָט אַ שטאַרקע גבֿורה;
6װאָרום מיט תּחבוּלות מוזטו אָנפֿירן ד ַײן מלחמה,
און הילף קומט דורך פֿיל יועצים.
7צו הױך פֿאַר דעם נאַרן איז חכמה,
אין טױער עפֿנט ער ניט ז ַײן מױל.
8דער װאָס קלערט צו טאָן שלעכטס,
אים װעט מען נאָכרופֿן בײזװיליקער מענטש.
9די טראַכטעניש פֿון דעם נאַרן איז זינד,
און אַן אומװערדיקײט ב ַײ מענטשן איז דער שפּעטער.
10לאָזטו זיך אָפּ אין טאָג פֿון נױט,
איז ד ַײן כּוח אַ קנאַפּער.
11ז ַײ מציל די װאָס װערן גענומען צום טױט,
און די אָנגעברײטע צום הרגען ,אױב דו קענסט אָפּהאַלטן.