Page 47 - Mishley
P. 47
משלי
26אַ גאַנצן טאָג באַגערט דער געריקער,
אָבער דער צדיק גיט און הערט ניט אױף.
27דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון די ר ָשעים איז אַן אומװערדיקײט,
ה ַײנט װי נאָך אַז מע ברענגט עס מיט אַ בײזער מחשבֿה!
28אַ פֿאַלשער עדות װערט צעמישט,
אָבער דער מענטש װאָס האָט געהערט ,רעדט מיט פֿעסטיקײט.
29דער שלעכטער מענטש גײט מיט אַ פֿאַרש ַײט פּנים,
אָבער דער רעכטפֿאַריקער ,ער פּאַסט אױף ז ַײן װעג.
30ניטאָ קײן חכמה און קײן פֿאַרשטאַנדיקײט
און קײן עצה אַקעגן גאָט.
31דער פֿערד װערט צוגעגרײט פֿאַר דעם טאָג פֿון מלחמה,
אָבער די ישועה איז פֿון גאָט.
1אַ נאָמען איז בעסער פֿון גרױס עשירות,כב
אַ גוטער חן ,פֿון זילבער און פֿון גאָלד.
2ר ַײך און אָרים שטױסן זיך אָן אײנאַנדער,
אָבער זײ בײדן האָט גאָט באַשאַפֿן.
3דער קלוגער זעט ,און פֿאַרבאָרגט זיך,
און די נאַרן גײען װ ַײטער ,און װערן געשטראָפֿט.
4דער לױן פֿון עניװת – פֿון מורא פֿאַר גאָט,
איז עשירות ,און כּבֿוד ,און לעבן.
5דערנער און נעצן ז ַײנען אױפֿן װעג פֿון דעם קרומען,
דער װאָס היט ז ַײן זעל ,זאָל זיך דערװ ַײטערן פֿון זײ.
6געװױן דעם י ִינגל אױף ז ַײן װעג;
אַפֿילו אַז ער װעט אַלט װערן ,װעט ער זיך ניט אָפּקערן דערפֿון.