Page 48 - Mishley
P. 48

‫משלי‬

                   ‫‪ 7‬דער עושר געװעלטיקט איבער די אָרימע‪,‬‬
                       ‫און דער ל ַײער איז אַ קנעכט ב ַײם מלוה‬

             ‫‪ 8‬דער װאָס זײט אומרעכט װעט שנ ַײדן אומגליק‪,‬‬
            ‫און די רוט פֿון ז ַײן חוצפּה װעט פֿאַרלענדט װערן‪.‬‬

          ‫‪ 9‬דער װאָס האָט אַ גוט אױג‪ ,‬ער װערט געבענטשט‪,‬‬
                      ‫װ ַײל ער גיט פֿון ז ַײן ברױט דעם אָרימאַן‪.‬‬

        ‫‪ 10‬טר ַײב אַרױס דעם שפּעטער‪ ,‬און קריג װעט אַװעק‪,‬‬
                       ‫און שטר ַײט און שאַנד װעלן אױפֿהערן‪.‬‬

                        ‫‪ 11‬דער װאָס האָט ליב רײנהאַרציקײט‪,‬‬
           ‫װאָס האָט חן אױף די ליפּן‪ ,‬איז דער מלך ז ַײן חבֿר‪.‬‬

               ‫‪ 12‬די אױגן פֿון גאָט היטן דעם פֿאַרשטאַנדיקן‪,‬‬
                  ‫און ער פֿאַרדרײט די רײד פֿון דעם פֿעלשער‪.‬‬

                    ‫‪ 13‬דער פֿױלער זאָגט‪ :‬אַ לײב איז דערױסן‪,‬‬
                             ‫איך װעל אין גאַס געהרגעט װערן‪.‬‬

          ‫‪ 14‬אַ טיפֿע גרוב איז דאָס מױל פֿון פֿרעמדע פֿרױען‪,‬‬
              ‫דער פֿאַרשאָלטענער פֿון גאָט פֿאַלט אַר ַײן אַהין‪.‬‬

    ‫‪ 15‬נאַרישקײט איז א ַײנגעבונדן ב ַײ דעם י ִינגל אין האַרצן‪,‬‬
                  ‫די שטראָפֿרוט װעט זי דערװ ַײטערן פֿון אים‪.‬‬

           ‫‪ 16‬מע רױבט דעם אָרימאַן‪ ,‬און ב ַײ אים מערט זיך‪,‬‬
           ‫מע גיט דעם עושר‪ ,‬און עס װערט בלױז געמינערט‪.‬‬

    ‫‪ 17‬נ ַײג צו ד ַײן אױער‪ ,‬און הער די װערטער פֿון די חכמים‪,‬‬
            ‫און ד ַײן האַרץ זאָלסטו צולײגן צו מ ַײן קענשאַפֿט‪.‬‬

‫‪ 18‬װאָרום װױל װעט ז ַײן‪ ,‬אַז דו װעסט זײ היטן אין ד ַײן ל ַײב‪,‬‬
             ‫אַז זײ װעלן אַלע ז ַײן אָנגעברײט אױף ד ַײנע ליפּן‪.‬‬
                         ‫‪ 19‬כּדי ד ַײן בטחון זאָל ז ַײן אױף גאָט‪,‬‬
                ‫האָב איך עס ה ַײנט דיך געמאַכט װיסן‪ ,‬יאָ דיך‪.‬‬

‫‪ 20‬פֿאַר װאָר איך האָב דיר אױפֿגעשריבן געהױבענע װערטער‪,‬‬
                                     ‫מיט עצות און קענשאַפֿט‪.‬‬
   43   44   45   46   47   48   49   50   51   52   53