Page 51 - Mishley
P. 51
משלי
19הער צו ,זון מ ַײנער ,און װער קלוג,
און פֿיר אױפֿן װעג ד ַײן האַרץ.
20זאָלסט ניט ז ַײן פֿון די װאָס זױפֿן װ ַײן,
פֿון די װאָס פֿרעסן זיך אָן מיט פֿלײש;
21װאָרום אַ פֿרעסער און אַ זױפֿער װערט פֿאַראָרימט.
און שמאַטעס קלײדט אָן שלעפֿער ַײ.
22הער צו ד ַײן פֿאָטער װאָס האָט דיך געבאָרן,
און זאָלסט ניט פֿאַראַכטן ד ַײן מוטער אַז זי איז אַלט.
23קױף אמת ,און זאָלסט עס ניט פֿאַרקױפֿן –
חכמה ,און מוסר ,און פֿאַרשטאַנדיקײט.
24קװעלן קװעלט אָן דער פֿאָטער פֿון דעם צדיק,
און דער װאָס האָט געבאָרן אַ חכם פֿרײט זיך מיט אים.
25זאָל זיך פֿרײען ד ַײן פֿאָטער און ד ַײן מוטער,
און זאָל קװעלן ד ַײן געװינערין.
26גיב מיר ,מ ַײן זון ,ד ַײן האַרץ,
און ד ַײנע אױגן זאָלן היטן מ ַײנע װעגן.
27װאָרום אַ טיפֿער גראָבן איז אַ זונה,
און אַן ענגע גרוב איז די פֿרעמדע.
28דערצו לױערט זי װי אַ רױבער,
און מערט פֿעלשער צװישן די מענטשן.
29ב ַײ װעמען איז אוי? ב ַײ װעמען איז װײ?
ב ַײ װעמען קריג? ב ַײ װעמען קלאָג?
ב ַײ װעמען אומזיסטיקע װוּנדן?
ב ַײ װעמען רױטע אױגן?
30ב ַײ די װאָס שפּעטיקן זיך ב ַײם װ ַײן,
ב ַײ די װאָס קומען פֿאַרזוכן דעם מישטראַנק.
31זאָלסט ניט קוקן אױפֿן װ ַײן װי ער רױטלט זיך,
װי ער שפּיגלט אין ָכּוס ז ַײן פֿאַרב,
װי ער גליטשט זיך גלאַטיק אַראָפּ.
32אין ז ַײן ָסוף װעט ער װי אַ שלאַנג א ַײנב ַײסן,
און װי אַ נאָטער װעט ער פֿאַרגיפֿטן.
33ד ַײנע אױגן װעלן זען פֿרעמדע זאַכן,
און ד ַײן האַרץ װעט רעדן פֿאַרקערטקײט;