Page 55 - Mishley
P. 55
משלי
3דער הימל אין הײך ,און די ערד אין טיפֿקײט,
און דאָס האַרץ פֿון מלכים ,איז ניט צו דערפֿאָרשן.
4נעם אַרױס די פּסולת פֿון זילבער,
און ב ַײם שמעלצער קומט אַרױס אַ כּלי;
5נעם אַװעק דעם ָרשע פֿון פֿאַרן מלך,
און ז ַײן טראָן װעט שטײן פֿעסט אױף גערעכטיקײט.
6זאָלסט זיך ניט שײנדלען פֿאַרן מלך,
און אין דעם אָרט פֿון גרױסע ל ַײט זאָלסטו ניט שטײן.
7װאָרום בעסער מע זאָל דיר זאָגן„ :קום אַרױף אַהער!”
אײדער מע זאָל דיך דערנידערן פֿאַר דעם פֿירשט,
װי ד ַײנע אױגן האָבן געזען.
8זאָלסט ניט אַרױסגײן האַסטיק זיך קריגן,
װאָרום װאָס װעסטו טאָן צום ָסוף דערפֿון,
אַז ד ַײן חבֿר װעט דיך מאַכן צו שאַנד?
9קריג זיך ד ַײן קריג מיט ד ַײן חבֿר,
אָבער אַ פֿרעמדנס ָסוד זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן;
10כּדי דער צוהערער זאָל דיך ניט זידלען,
װאָרום ד ַײן רכילות קען ניט צוריקגענומען װערן.
11גילדערנע עפּל אין זילבערנע פּוץ-כּלים,
איז אַ װאָרט גערעדט צו דער זאַך.
12אַ גילדערנער אױרינג און אַ צירונג פֿון גינגאָלד
איז אַ קלוגער מוסר-זאָגער פֿאַרן אױער פֿון הערער.
13װי שנײִיקע קעלט אין טאָג פֿון שניט,
איז אַ באַגלױבטער ָש ִליח פֿאַר די װאָס שיקן אים;
װאָרום ער דערקװיקט די זעל פֿון ז ַײן האַר.
14װאָלקנס און װינט אָן רעגן,
איז אַ מענטש װאָס רימט זיך מיט אַ פֿאַלשער מתּנה.
15מיט א ַײנגעהאַלטנקײט װערט איבערגערעדט דער פֿירשט,
און אַ װײכע צונג צעברעכט אַ בײן.