Page 50 - Mishley
P. 50
משלי
װאָרום מאַכן פֿליגלען מאַכט עס זיך,
װי אַן אָדלער װאָס פֿליט צום הימל.
6זאָלסט ניט עסן דאָס ברױט פֿון דעם װאָס האָט אַ בײז אױג,
און זאָלסט ניט גאַרן נאָך ז ַײנע מאכלים;
7װאָרום עס איז אַזױ װי ער װאָלט אױסרעכענען ב ַײ זיך;
„עס און טרינק!” זאָגט ער צו דיר,
אָבער ז ַײן האַרץ איז ניט מיט דיר.
8ד ַײן ביסן װאָס דו האָסט אױפֿגעגעסן ,װעסטו אױסברעכן,
און האָסט אומזיסט אױסגעבראַכט ד ַײנע זיסע רײד.
9אין די אױערן פֿון דעם נאַרן זאָלסטו ניט רעדן,
װאָרום ער װעט פֿאַראַכטן דעם שׂכל פֿון ד ַײנע װערטער.
10זאָלסט ניט איבעררוקן דעם גרענעץ פֿון פֿאַרצ ַײטן,
און אין די פֿעלדער פֿון יתומים זאָלסטו ניט אַר ַײנגײן;
11װאָרום זײער אױסלײזער איז שטאַרק,
ער װעט זיך אָננעמען זײער קריג אַקעגן דיר.
12לײג צו ד ַײן האַרץ צו מוסר,
און ד ַײנע אױערן צו װערטער פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט.
13זאָלסט ניט פֿאַרמ ַײדן שטראָף פֿון דעם י ִינגל;
אַז דו װעסט אים שלאָגן מיט דער רוט ,װעט ער ניט שטאַרבן.
14דו װעסט אים שלאָגן מיט דער רוט,
און װעסט מציל ז ַײן ז ַײן זעל פֿון דער אונטערערד.
15מ ַײן זון ,אַז ד ַײן האַרץ װעט ז ַײן קלוג,
װעט אױך מ ַײן האַרץ זיך פֿרײען.
16און מ ַײנע נירן װעלן אָנקװעלן,
אַז ד ַײנע ליפּן װעלן רעדן די ריכטיקײט.
17זאָל ד ַײן האַרץ ניט מקנא ז ַײן די זינדיקע,
נאָר בלױז די גאָטספֿאָרכטיקע אַ גאַנצן טאָג.
18װאָרום פֿאַר װאָר ,עס איז דאָ אַ לעצט,
און ד ַײן האָפֿענונג װעט ניט פֿאַרשניטן װערן.