Page 46 - Mishley
P. 46
משלי
13דער װאָס פֿאַרשטאָפּט ז ַײן אױער פֿאַר דעם אָרימאַנס געשרײ,
װעט ער אױך רופֿן ,און ניט געענטפֿערט װערן.
14אַ מתּנה פֿאַרבאָרגענערהײט פֿאַרבײגט דעם כּעס,
און שוחד אין בוזעם ,דעם שטאַרקסטן גרימצאָרן.
15אַ פֿרײד פֿאַרן צדיק איז טאָן גערעכטיקײט,
און אַ שרעק פֿאַר די װאָס טוען אומרעכט.
16אַ מענטש װאָס בלאָנדזשעט פֿון דעם װעג פֿון קלוגשאַפֿט,
װעט רוען אין דעם געזעמל פֿון מתים.
17דער װאָס האָט ליב װױלטאָג ,װערט אַן אָרימאַן,
דער װאָס האָט ליב װ ַײן און אײל ,װערט ניט ר ַײך.
18אַן אױסלײז פֿאַר דעם צדיק איז דער ָרשע,
און אָנשטאָט די רעכטפֿאַרטיקע קומט דער פֿעלשער.
19בעסער צו װױנען אין אַ מדבר-לאַנד,
אײדער מיט אַ װ ַײב אַ קריגערין אין ערגערניש.
20אַ גלוסטיקער אוצר און אײל איז אין דער װױנונג פֿון דעם חכם,
אָבער דער נאַרישער מענטש שלינגט עס א ַײן.
21דער װאָס יאָגט זיך נאָך גערעכטיקײט און גענאָד,
געפֿינט לעבן ,הצלחה ,און כּבֿוד.
22דער חכם קומט אױף אַ שטאָט פֿון גיבורים,
און מאַכט נידערן איר זיכערע פֿעסטונג.
23דער װאָס היט ז ַײן מױל און ז ַײן צונג,
היט פֿון צרות ז ַײן זעל.
24דער מוטװיליקער ַב ַעל-גאװה ,ז ַײן נאָמען איז שפּעטער –
דער װאָס פֿירט זיך מיט מוטװיליקער חוצפּה.
25די תּאװה פֿון דעם פֿױלן טײט אים אַװעק,
װ ַײל ז ַײנע הענט װילן ניט אַרבעטן.