Page 44 - Mishley
P. 44
משלי
18געדאַנקען קומען צו שטאַנד דורך אַן עצה,
און מיט תּחבוּלות פֿיר מלחמה.
19אַ רכילות-טר ַײבער אַנטפּלעקט אַ ָסוד,
און מיט דעם װאָס האָט אָפֿענע ליפּן זאָלסטו זיך ניט מישן.
20דער װאָס שילט ז ַײן פֿאָטער און ז ַײן מוטער,
װעט ז ַײן ליכט פֿאַרלאָשן װערן אין שטאָקפֿינצטערניש.
21אַ נחלה װאָס קומט אָן גיך אין אָנהײב,
װעט איר ָסוף ז ַײן ניט געבענטשט.
22זאָלסט ניט זאָגן :איך װעל אָפּצאָלן שלעכטס;
האָף צו גאָט ,און ער װעט דיך העלפֿן.
23אַן אומװערדיקײט ב ַײ גאָט איז צװײערלײ װאָגשטײנער,
און פֿון פֿאַלשע װאָגשאָלן קומט ניט קײן גוטס.
24פֿון גאָט ז ַײנען דעם מענטשנס טריט,
און װאָס פֿאַרשטײט דער מענטש ז ַײן װעג?
25אַ שטרױכלונג פֿאַר אַ מענטשן איז זיך אַרױסצורעדן :הײליק!
און נאָכן נדר איבערצוקלערן.
26אַ קלוגער מלך װינטשופֿלט די ר ָשעים,
און ער קערט אױף זײ דעם דרעשראָד.
27אַ ליכט פֿון גאָט איז דעם מענטשנס נשמה,
עס זוכט-דורך אַלע קאַמערן פֿון ל ַײב.
28גענאָד און אמת באַהיטן דעם מלך,
און ער האַלט-אױף מיט גענאָד ז ַײן טראָן.
29די צירונג פֿון יונגעל ַײט איז זײער כּוח,
און די שײנקײט פֿון זקנים איז אַ גראָער קאָפּ.
30װוּנדיקע ב ַײלן ז ַײנען אַ ל ַײטערונג פֿון בײז,
דאָס גל ַײכן שלעק אינעװײניק אין ל ַײב.