Page 40 - Mishley
P. 40

‫משלי‬

         ‫‪ 22‬דער װאָס האָט געפֿונען אַ װ ַײב‪ ,‬האָט געפֿונען גוטס‪,‬‬
                                  ‫און קריגט באַװיליקונג פֿון גאָט‪.‬‬

                                  ‫‪ 23‬תּחנוּנים רעדט דער אָרימאַן‪,‬‬
                                 ‫אָבער דער עושר ענטפֿערט עזות‪.‬‬

                      ‫‪ 24‬פֿאַראַן חבֿרים אױף זיך צו פֿאַראומגליקן‬
        ‫און פֿאַראַן אַ גוטער פֿר ַײנט מער צוגעטאָן פֿון אַ ברודער‪.‬‬

      ‫‪ 1‬בעסער אַן אָרימאַן װאָס גײט אין ז ַײן ערלעכקײט‪,‬‬

‫אײדער דער װאָס האָט פֿאַרקרימטע ליפּן‪ ,‬און איז אַ נאַר‪.‬יט‬

            ‫‪ 2‬אױך‪ ,‬פֿון זיך אַלײן ניט קענען‪ ,‬קומט ניט קײן גוטס‪,‬‬
                       ‫און דער װאָס א ַײלט מיט די פֿיס‪ ,‬זינדיקט‪.‬‬

                   ‫‪ 3‬אַ מענטשנס נאַרישקײט פֿאַרדרײט ז ַײן װעג‪,‬‬
                                  ‫און אױף גאָט צערנט ז ַײן האַרץ‪.‬‬

                            ‫‪ 4‬ר ַײכטום קריגט‪-‬צו פֿיל גוטע פֿר ַײנט‪,‬‬
           ‫און דער אָרימאַן װערט צעשײדט פֿון ז ַײן גוטן פֿר ַײנט‪.‬‬

                     ‫‪ 5‬אַ פֿאַלשן עדות װעט ניט געשאָנקען װערן‪,‬‬
      ‫און דער װאָס אָטעמט מיט ליגן‪ ,‬װעט ניט אַנטרונען װערן‪.‬‬

                        ‫‪ 6‬פֿיל זוכן די ל ַײטזעליקײט פֿון דעם ַנדבֿן‪,‬‬
                 ‫און איטלעכער איז אַ גוטער פֿר ַײנט דעם געבער‪.‬‬

                ‫‪ 7‬אַלע ברידער פֿון דעם אָרימאַן האָבן אים פֿ ַײנט‪,‬‬
         ‫און װי שױן דערװ ַײטערן זיך פֿון אים ז ַײנע גוטע פֿר ַײנט!‬

                           ‫דער װאָס יאָגט זיך אַרום מיט װערטער‬
                                            ‫װעט ער ב ַײ זײ בל ַײבן‪.‬‬

              ‫‪ 8‬דער װאָס קױפֿט זיך א ַײן שׂכל‪ ,‬האָט ליב ז ַײן זעל‪,‬‬
            ‫דער װאָס היט פֿאַרשטאַנדיקײט‪ ,‬װעט געפֿינען גוטס‪,‬‬
   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44   45