Page 36 - Mishley
P. 36
משלי
1בעסער אַ טרוקענער ביסן און שלװה דערב ַײ,
אײדער אַ הױז פֿול מיט פֿלײש-סעודות און קריג.יז
2אַ קלוגער קנעכט געװעלטיקט איבער אַ זון אַ טױגעניכטס,
און צװישן די ברידער קריגט ער אַ חלק ירושה.
3אַ טיגל פֿאַר זילבער ,און אַ שמעלצאױװן פֿאַר גאָלד,
אָבער די הערצער פּרוּװט גאָט.
4דער שלעכטסטוער הערט זיך א ַײן צו דער ליפּ פֿון אומרעכט,
דער ליגנער האָרכט צו דער צונג פֿון פֿאַרברעך.
5דער װאָס שפּאָט פֿון אַן אָרימאַן ,לעסטערט ז ַײן באַשעפֿער;
דעם װאָס פֿרײט זיך אױף אַ בראָך ,װעט ניט געשאָנקען װערן.
6די קרױן פֿון אַלטע ל ַײט ז ַײנען קינדסקינדער,
און די צירונג פֿון קינדער ז ַײנען זײערע עלטערן.
7דעם מנוּװל פּאַסט ניט די שפּראַך פֿון ברײטקײט,
נאָך װינציקער דעם ַנדבֿן די שפּראַך פֿון ליגן.
8אַ חן-דימענט איז שוחד אין די אױגן פֿון ז ַײן בעלן;
װוּהין נאָר מע קערט זיך דערמיט באַגליקט מען.
9דער װאָס זוכט ליבשאַפֿט ,פֿאַרדעקט אױף זינד,
און דער װאָס חזרט איבער גערײד ,צעשײדט גוטע פֿר ַײנט.
10אַ בײזער װירקט מער אױפֿן פֿאַרשטאַנדיקן,
װי הונדערט קלעפּ אױפֿן נאַרן.
ַ 11רק דער װידערשפּעניקער זוכט בײז,
אָבער אַן אומדערבאַרימדיקער ָש ִליח װעט אָנגעשיקט װערן אױף אים.
12בעסער אַ מענטשן זאָל אָנטרעפֿן אַ בערינטע באַרױבט פֿון אירע יונגע,
אַבי ניט אַ נאַר מיט ז ַײן טיפּשות.
13דער װאָס קערט אום אַ ָרעה פֿאַר אַ טובֿה,
װעט זיך ניט אָפּטאָן בײז פֿון ז ַײן הױז.