Page 38 - Mishley
P. 38
משלי
26קײן גוטס קומט ניט אַרױס פֿון שטראָפֿן אױך דעם צדיק,
פֿון שלאָגן אַדלל ַײט פֿאַר רעכטפֿאַרטיקײט.
27דער װאָס װײס קענשאַפֿט ,קאַרגט ז ַײנע װערטער,
אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט איז שפּאָרעװדיק אין געמיט.
28אַפֿילו אַ נאַר אַז ער שװ ַײגט װערט גערעכנט אַ חכם;
דער װאָס מאַכט צו ז ַײנע ליפּן ,אַ פֿאַרשטאַנדיקער.
1דער װאָס שײדט זיך אָפּ ,איז אױסן ז ַײן װילן;
ב ַײ יעטװעדער באַראָט װיל ער זיך אַרױסװ ַײזן.יח
2דער נאַר װיל ניט פֿאַרשטאַנדיקײט,
נאָר אַז ז ַײן שׂכל זאָל אַנטפּלעקט װערן.
3אַז דער ָרשע קומט ,קומט אױך פֿאַראַכטונג,
און מיט שענדלעכקײט – שפּאָט.
4טיפֿע װאַסערן ז ַײנען די װערטער פֿון אַ מענטשנס מױל,
אַ קװעליקער ט ַײך איז דער ברונעם פֿון חכמה.
5קײן גוטס קומט ניט אַרױס פֿון שאַנעװען דעם ָרשע,
כּדי צו קריװדען דעם גערעכטן ב ַײם משפּט.
6די ליפּן פֿון דעם נאַרן קומען מיט קריג,
און ז ַײן מױל רופֿט צו געשלעג.
7דאָס מױל פֿון דעם נאַרן איז אַ בראָך פֿאַר אים,
און ז ַײנע ליפּן ז ַײנען אַ נעץ פֿאַר ז ַײן זעל.
8די װערטער פֿון דעם אונטערהעצער ז ַײנען װי געשמאַקע ביסנס,
און זײ נידערן אין די קאַמערן פֿון ל ַײב.
9אױך דער װאָס איז אָפּגעלאָזט אין ז ַײן אַרבעט,
איז אַ ברודער צו אַ מאַן אַן אױסברענגער.