Page 42 - Mishley
P. 42

‫משלי‬

                      ‫‪ 22‬די תּאװה פֿון אַ מענטשן איז ז ַײן שאַנד;‬
                          ‫און בעסער אַן אָרימאַן אײדער אַ ַכּזבֿן‪.‬‬

                              ‫‪ 23‬מורא פֿאַר גאָט פֿירט צום לעבן‪,‬‬
  ‫און מע בל ַײבט זאַט‪ ,‬און װערט ניט געשטראָפֿט מיט קײן בײז‪.‬‬

          ‫‪ 24‬אַז דער פֿױלער שטעקט אַר ַײן ז ַײן האַנט אין שיסל‪,‬‬
                    ‫װיל ער זי צו מאָל ניט צוטראָגן צו ז ַײן מױל‪.‬‬

           ‫‪ 25‬שלאָגסטו דעם שפּעטער‪ ,‬װערט דער נאַר געש ַײט‪,‬‬
         ‫און מוסערט מען דעם פֿאַרשטענדיקן‪ ,‬לערנט ער װיסן‪.‬‬

                         ‫‪ 26‬אַ זון װאָס ברענגט שאַנד און חרפּה‪,‬‬
                  ‫פֿאַרװיסט ז ַײן פֿאָטער‪ ,‬פֿאַרטר ַײבט ז ַײן מוטער‪.‬‬

         ‫‪ 27‬הער אױף‪ ,‬מ ַײן זון – אױב דו װילסט פֿאָלגן מוסר –‬
                         ‫צו װ ַײכן פֿון די װערטער פֿון קענשאַפֿט‪.‬‬

        ‫‪ 28‬גערעכטיקײט שפּאָט פֿון דעם נידערטרעכטיקן עדות‪,‬‬
               ‫און פֿאַלשקײט צעמישט דאָס מױל פֿון די ר ָשעים‪.‬‬

                 ‫‪ 29‬אָנגעברײט פֿאַר די שפּעטער ז ַײנען שטראָפֿן‪,‬‬
                                ‫און קלעפּ פֿאַרן רוקן פֿון די נאַרן‪.‬‬

     ‫‪ 1‬אַ שפּעטער איז דער װ ַײן‪ ,‬אַ ליאַרעמער דער טראַנק‪,‬‬

‫און איטלעכער װאָס גיט זיך אָפּ דערמיט‪ ,‬איז ניט קײן חכם‪.‬כ‬

             ‫‪ 2‬אַ ברום װי פֿון אַ יונגן לײב איז דעם מלכס אימה‪,‬‬
                ‫דער װאָס דערצערנט אים פֿאַרזינדיקט ז ַײן לעבן‪.‬‬

        ‫‪ 3‬אַ כּבֿוד פֿאַר אַ מענטשן איז זיך אָפּצוהאַלטן פֿון קריג‪,‬‬
                            ‫אָבער איטלעכער נאַר ברעכט אַרױס‪.‬‬

                         ‫‪ 4‬דער פֿױלער אַקערט ניט אום װינטער‪,‬‬
               ‫און אין שניטצ ַײט בעטלט ער‪ ,‬און האָט גאָרנישט‪.‬‬
   37   38   39   40   41   42   43   44   45   46   47