Page 58 - Mishley
P. 58

‫משלי‬

                            ‫‪ 14‬די טיר דרײט זיך שױן אױף איר אַנגל‪,‬‬
                             ‫און דער פֿױלער איז נאָך אױף ז ַײן בעט‪.‬‬

              ‫‪ 15‬אַז דער פֿױלער שטעקט אַר ַײן ז ַײן האַנט אין שיסל‪,‬‬
                           ‫איז ער צו מיד זי צוצוטראָגן צו ז ַײן מױל‪.‬‬

                          ‫‪ 16‬דער פֿױלער איז קליגער אין ז ַײנע אױגן‬
                                        ‫פֿון זיבן געש ַײטע ענטפֿערער‪.‬‬

                  ‫‪ 17‬װי דער װאָס נעמט אָן אַ הונט פֿאַר די אױערן‪,‬‬
  ‫איז אַ פֿאַרב ַײגײער װאָס היצט זיך איבער אַ קריג װאָס ניט ז ַײנס‪.‬‬

                                    ‫‪ 18‬װי אַ משוגענער װאָס װאַרפֿט‬
                                  ‫ברענעדיקע ש ַײטן‪ ,‬פֿ ַײלן‪ ,‬און טױט‪,‬‬
                   ‫‪ 19‬אַזױ איז דער מענטש װאָס נאַרט אָפּ ז ַײן חבֿר‪,‬‬

                                     ‫און זאָגט‪ :‬איך שטיף דאָך בלױז‪.‬‬

                              ‫‪ 20‬אָן האָלץ פֿאַרלעשט זיך דאָס פֿ ַײער‪,‬‬
                         ‫און אָן אַן אונטערהעצער הערט אױף קריג‪.‬‬

                         ‫‪ 21‬קױלן פֿאַר זשאַר‪ ,‬און האָלץ פֿאַר פֿ ַײער‪,‬‬
                ‫און אַ מענטש אַ קריגער אױף אָנצוצינדן אַ שטר ַײט‪.‬‬

‫‪ 22‬די װערטער פֿון דעם אונטערהעצער ז ַײנען װי געשמאַקע ביסנס‪,‬‬
                              ‫און זײ נידערן אין די קאַמערן פֿון ל ַײב‪.‬‬

                            ‫‪ 23‬פּסולתדיק זילבער באַצױגן אױף לײם‪,‬‬
                                 ‫ז ַײנען הײסע ליפּן און אַ בײז האַרץ‪.‬‬

                         ‫‪ 24‬מיט ז ַײן ליפּ פֿאַרשטעלט זיך דער שׂונא‪,‬‬
                                  ‫אָבער אין זיך גרײט ער צו באַטרוג‪.‬‬

      ‫‪ 25‬אַז ער מאַכט ל ַײטזעליק ז ַײן ָקול‪ ,‬זאָלסטו אים ניט גלױבן‪,‬‬
                  ‫װאָרום זיבן אומװערדיקײטן ז ַײנען אין ז ַײן האַרצן‪.‬‬

                   ‫‪ 26‬מעג זיך פֿאַרדעקן ז ַײן שׂנאה מיט אָפּנאַרעניש‪,‬‬
                      ‫װעט אַנטפּלעקט װערן ז ַײן בײז פֿאַר אַן עולם‪.‬‬
   53   54   55   56   57   58   59   60   61   62   63