Page 63 - Mishley
P. 63

‫משלי‬

      ‫‪ 23‬דער װאָס שטראָפֿט עמיצן‪ ,‬װעט שפּעטער געפֿינען מער חן‬
                                    ‫װי דער װאָס האָט אַ גלאַטע צונג‪.‬‬

                    ‫‪ 24‬דער װאָס באַגזלט ז ַײן פֿאָטער און ז ַײן מוטער‪,‬‬
                              ‫און זאָגט‪„ :‬עס איז ניט קײן פֿאַרברעך”‪,‬‬

                       ‫ער איז אַ חבֿר צו אַ מענטשן אַן אומברענגער‪.‬‬

          ‫‪ 25‬דער װאָס האָט אַ פֿאַרלאַנגערישע זעל‪ ,‬מאַכט אָן קריג‪,‬‬
        ‫אָבער דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף גאָט‪ ,‬װערט געזעטיקט‪.‬‬

               ‫‪ 26‬דער װאָס איז בטוח אין ז ַײן האַרצן‪ ,‬ער איז אַ נאַר‪,‬‬
                ‫און דער װאָס גײט מיט חכמה‪ ,‬װעט אַנטרונען װערן‪.‬‬

                       ‫‪ 27‬דעם װאָס גיט דעם אָרימאַן װעט ניט פֿעלן‪,‬‬
      ‫אָבער דער װאָס פֿאַרהױלט ז ַײנע אױגן‪ ,‬װעט קריגן פֿיל קללות‪.‬‬

            ‫‪ 28‬אַז די ר ָשעים שטײען אױף‪ ,‬באַהאַלטן זיך די מענטשן‪,‬‬
                        ‫און אַז זײ גײען אונטער‪ ,‬מערן זיך די צדיקים‪.‬‬

   ‫‪ 1‬אַ מענטש אַ געמוסרטער װאָס מאַכט האַרט ז ַײן נאַקן‪,‬‬

‫װעט פּלוצלינג צעבראָכן װערן אַז קײן הײלונג װעט ניט ז ַײן‪.‬כט‬

                     ‫‪ 2‬אַז די צדיקים מערן זיך‪ ,‬פֿרײט זיך דאָס פֿאָלק‪,‬‬
                 ‫אָבער אַז דער ָרשע געװעלטיקט‪ ,‬זיפֿצט דאָס פֿאָלק‪.‬‬

           ‫‪ 3‬אַ מענטש װאָס האָט ליב חכמה‪ ,‬דערפֿרײט ז ַײן פֿאָטער‪,‬‬
  ‫אָבער דער װאָס חבֿרט זיך מיט זוֹנות‪ ,‬ברענגט אױס דעם פֿאַרמעג‪.‬‬

                  ‫‪ 4‬אַ מלך האַלט אױף מיט גערעכטיקײט דאָס לאַנד‪,‬‬
                           ‫און דער בעלן אױף מ ָתּנות צעשטערט עס‪.‬‬

                                 ‫‪ 5‬דער מענטש װאָס ַחנפֿעט ז ַײן חבֿר‪,‬‬
                                 ‫שפּרײט אױס אַ נעץ פֿאַר ז ַײנע טריט‪.‬‬

 ‫‪ 6‬אין דעם פֿאַרברעך פֿון דעם שלעכטן מענטשן איז אַ שטרױכלונג‪,‬‬
                              ‫אָבער דער צדיק זינגט און איז פֿרײלעך‪.‬‬
   58   59   60   61   62   63   64   65   66   67   68