Page 64 - Mishley
P. 64

‫משלי‬

                 ‫‪ 7‬דער צדיק װײס דאָס רעכט פֿון די אָרימע‪,‬‬
                          ‫דער ָרשע קימערט זיך ניט צו װיסן‪.‬‬

                     ‫‪ 8‬ל ַײט פֿון שפּאָט בלאָזן‪-‬אױף די שטאָט‪,‬‬
                          ‫אָבער קלוגע האַלטן אָפּ דעם צאָרן‪.‬‬

                 ‫‪ 9‬אַז אַ קלוגער מענטש טענהט מיט אַ נאַרן‪,‬‬
‫ס ַײ ער בײזערט זיך‪ ,‬ס ַײ ער שמײכלט‪ ,‬האָט ער ניט קײן ַנ ַחת‪.‬‬

            ‫‪ 10‬בלוטיקע ל ַײט האָבן פֿ ַײנט דעם אומשולדיקן‪,‬‬
                     ‫אָבער די רעכטפֿאַרטיקע גאַרן נאָך אים‪.‬‬

                   ‫‪ 11‬ז ַײן גאַנץ געמיט לאָזט אַרױס דער נאַר‪,‬‬
                            ‫אָבער דער חכם האַלט עס צוריק‪.‬‬

         ‫‪ 12‬אַ געװעלטיקער װאָס האָרכט צו גערײד פֿון ליגן‪,‬‬
                           ‫ז ַײנען אַלע ז ַײנע משרתים ר ָשעים‪.‬‬

 ‫‪ 13‬דער אָרימאַן און דער דריקער שטױסן זיך אָן אײנאַנדער‪,‬‬
           ‫אָבער דער דערל ַײכטער פֿון בײדנס אױגן איז גאָט‪.‬‬

                 ‫‪ 14‬אַ מלך װאָס משפּט מיט אמת די אָרימע‪,‬‬
                           ‫װעט ז ַײן טראָן באַשטײן שטענדיק‪.‬‬

                              ‫‪ 15‬די רוט און מוסר גיבן חכמה‪,‬‬
          ‫און אַ לױזגעלאָזט י ִינגל ברענגט שאַנד ז ַײן מוטער‪.‬‬

             ‫‪ 16‬אַז די ר ָשעים מערן זיך‪ ,‬מערט זיך פֿאַרברעך‪,‬‬
                      ‫אָבער די צדיקים װעלן זען זײער מפּלה‪.‬‬

            ‫‪ 17‬שטראָף ד ַײן זון‪ ,‬און ער װעט דיר אָנטאָן ַנ ַחת‪,‬‬
                                  ‫און געבן תּענוג צו ד ַײן זעל‪.‬‬

              ‫‪ 18‬אָן אַ זעונג װערט דאָס פֿאָלק פֿאַרװילדערט‪,‬‬
           ‫און דער װאָס היט די תּורה‪ ,‬אַז װױל איז צו אים!‬

    ‫‪ 19‬מיט װערטער קען אַ קנעכט ניט אױסגעמוסרט װערן‪,‬‬
       ‫װאָרום ער מעג פֿאַרשטײן‪ ,‬אָבער פֿאָלגן װעט ער ניט‪.‬‬
   59   60   61   62   63   64   65   66   67   68   69