Page 69 - Mishley
P. 69
משלי
10אַן ֵא ֶשת-חיל װער קען געפֿינען?
און העכער פֿון פּערל איז איר װערט.
11דאָס האַרץ פֿון איר מאַן פֿאַרזיכערט זיך אױף איר,
און אים פֿעלט ניט קײן א ַײנקום.
12זי טוט אים גוטס און ניט שלעכטס,
אַלע טעג פֿון איר לעבן.
13זי זוכט אױף װאָל און פֿלאַקס,
און אַרבעט מיט אירע װיליקע הענט.
14זי איז אַזױ װי די האַנדלשיפֿן,
פֿון דער װ ַײטן ברענגט זי איר ברױט.
15און זי שטײט אױף װען נאָך נאַכט,
און גרײט צו שפּ ַײז פֿאַר איר הױזגעזינט,
און די אױסקומעניש פֿאַר אירע דינסטמײדלעך.
16זי פֿאַרטראַכט אַ פֿעלד ,און קױפֿט עס,
פֿון דער פֿרוכט פֿון אירע הענט פֿלאַנצט זי אַ װ ַײנגאָרטן.
17זי גורט אָן מיט קראַפֿט אירע לענדן,
און זי שטאַרקט אירע אָרעמס.
18זי מערקט אַז איר פֿאַרדינסט איז גוט;
ניט פֿאַרלאָשן ב ַײ נאַכט װערט איר ליכט.
19אירע הענט לײגט זי צום שפּינראָד,
און אירע האַנטפֿלעכן האַלטן דעם שפּינדל.
20איר האַנטפֿלעך שפּרײט זי אױס צום אָרימאַן,
און אירע הענט שטרעקט זי אױס צום אבֿיון.
21זי האָט ניט מורא װעגן איר הױזגעזינט פֿאַר שנײ,
װאָרום איר גאַנץ הױזגעזינט איז אָנגעטאָן אין רױטגעװאַנט.
22דעקן מאַכט זי זיך,
פֿ ַײנל ַײנען און פּורפּל איז איר מלבוש.
23באַקאַנט אין די טױערן איז איר מאַן,
װען ער זיצט מיט די עלטסטע פֿון לאַנד.
24אַ ל ַײנענטוך מאַכט זי און פֿאַרקױפֿט,
און גאַרטלען שטעלט זי צו דעם האַנדלסמאַן.
25שטאַרקײט און שײנקײט איז איר מלבוש,
און זי לאַכט פֿון שפּעטערדיקן טאָג.
26איר מױל עפֿנט זי מיט חכמה,
און די לערנונג פֿון גענאָד איז אױף איר צונג.
27זי קוקט נאָך דעם גאַנג פֿון איר הױז,