Page 66 - Mishley
P. 66

‫משלי‬

                                         ‫װאָס איז ז ַײן נאָמען?‬
       ‫און װאָס איז דער נאָמען פֿון ז ַײן זון‪ ,‬אױב דו װײסט?‬

                   ‫‪ 5‬איטלעך װאָרט פֿון גאָט איז געל ַײטערט;‬
             ‫ער איז אַ שילד פֿאַר די װאָס שיצן זיך אין אים‪.‬‬

                      ‫‪ 6‬זאָלסט ניט צולײגן צו ז ַײנע װערטער‪,‬‬
‫כּדי ער זאָל דיך ניט פֿאָרהאַלטן‪ ,‬און װעסט בל ַײבן אַ ליגנער‪.‬‬

                                ‫‪ 7‬צװײ זאַכן בעט איך ב ַײ דיר‪,‬‬
      ‫זאָלסט זײ ניט פֿאַרמ ַײדן פֿון מיר‪ ,‬אײדער איך שטאַרב‪:‬‬
     ‫‪ 8‬פֿאַלשקײט און װערטער פֿון ליגן דערװ ַײטער פֿון מיר;‬

           ‫ניט אָרימקײט און ניט עשירות זאָלסטו מיר געבן‪,‬‬
               ‫שפּ ַײז מיך מיט ברױט פֿאַר מ ַײן אױסקומעניש;‬
                             ‫‪ 9‬כּדי איך זאָל ניט װערן צו זאַט‪,‬‬
                      ‫און לײקענען‪ ,‬און זאָגן‪ :‬װער איז גאָט?‬
                         ‫און כּדי איך זאָל ניט װערן צו אָרים‪,‬‬

             ‫און גנבֿען‪ ,‬און אָנרירן דעם נאָמען פֿון מ ַײן גאָט‪.‬‬

           ‫‪ 10‬זאָלסט ניט פֿאַר ַמסרן אַ קנעכט פֿאַר ז ַײן האַר‪,‬‬
    ‫װאָרום ער װעט דיך שילטן‪ ,‬און װעסט זיך פֿאַרשולדיקן‪.‬‬

                    ‫‪ 11‬פֿאַראַן אַ ָדור װאָס שילט ז ַײן פֿאָטער‪,‬‬
                                 ‫און בענטשט ניט ז ַײן מוטער‪.‬‬

                         ‫‪ 12‬פֿאַראַן אַ ָדור רײן אין ז ַײנע אױגן‪,‬‬
                            ‫און פֿון ז ַײן קױט ניט אָפּגעװאַשן‪.‬‬

               ‫‪ 13‬פֿאַראַן אַ ָדור – װי הױך ז ַײנען ז ַײנע אױגן!‬
                           ‫און ז ַײנע ברעמען װי אױפֿגעהױבן!‬

             ‫‪ 14‬פֿאַראַן אַ ָדור װאָס ז ַײנע צײן ז ַײנען שװערדן‪,‬‬
                              ‫און ז ַײנע באַקצײנער‪ ,‬מעסערס‪,‬‬

                          ‫צו פֿאַרצערן די אָרימע אױסן לאַנד‪,‬‬
                          ‫און די אבֿיונים פֿון צװישן מענטשן‪.‬‬

          ‫‪ 15‬פֿון ַעלוּ ָקהן‪ :‬פֿאַראַן צװײ טעכטער‪„ :‬גיב! גיב!”‬
                             ‫פֿאַראַן דר ַײ װאָס װערן ניט זאַט‪,‬‬
                                  ‫פֿיר װאָס זאָגן ניט „גענוג”‪:‬‬

                   ‫‪ 16‬די אונטערערד‪ ,‬די מאַכט פֿון דער פֿרױ‪,‬‬
   61   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71