Page 60 - Mishley
P. 60

‫משלי‬

       ‫‪ 13‬נעם צו ז ַײן בגד אױב ער איז ָערבֿ געװען פֿאַר אַן אַנדערן‪,‬‬
                            ‫און נעם ז ַײן משכּון פֿאַר דער פֿרעמדער‪.‬‬

      ‫‪ 14‬דער װאָס בענטשט ז ַײן גוטן פֿר ַײנט אױף אַ הױכן ָקול פֿרי‬
                                                             ‫באַגינען‪,‬‬

                           ‫װעט עס אים װי אַ קללה גערעכנט װערן‪.‬‬

                        ‫‪ 15‬אַ נודנע טריפֿעניש אין אַ רעגנדיקן טאָג‪,‬‬
                                ‫און אַ װ ַײב אַ קריגערין‪ ,‬ז ַײנען גל ַײך‪.‬‬

                          ‫‪ 16‬דער װאָס באַהאַלט זי‪ ,‬באַהאַלט װינט‪,‬‬
                  ‫און דאָס אײל פֿון ז ַײן רעכטער האַנט שר ַײט אױס‪.‬‬

                                     ‫‪ 17‬א ַײזן של ַײפֿט מען מיט א ַײזן‪,‬‬
             ‫און אײן מענטש של ַײפֿט דעם שאַרף פֿון דעם אַנדערן‪.‬‬

            ‫‪ 18‬דער װאָס היט דעם פֿ ַײגנבױם‪ ,‬װעט עסן ז ַײן פֿרוכט‪,‬‬
              ‫און דער װאָס פּאַסט אױף ז ַײן האַר‪ ,‬װעט האָבן כּבֿוד‪.‬‬

                        ‫‪ 19‬װי אין װאַסער איז אַ פּנים קעגן אַ פּנים‪,‬‬
                 ‫אַזױ איז דאָס האַרץ פֿון אַ מענטשן צו אַ מענטשן‪.‬‬

                ‫‪ 20‬די אונטערערד און דער אָפּגרונט װערן ניט זאַט‪,‬‬
                       ‫און די אױגן פֿון דעם מענטשן װערן ניט זאַט‪.‬‬

            ‫‪ 21‬אַ טיגל פֿאַר זילבער‪ ,‬און אַ שמעלצאױװן פֿאַר גאָלד‪,‬‬
                                        ‫און אַ מענטש לױט ז ַײן לױב‪.‬‬

‫‪ 22‬װען דו זאָלסט שטױסן דעם נאַרן אין אַ שטײסל מיט אַ מערזער‬
                                                         ‫צװישן גריץ‪,‬‬

                       ‫װעט זיך ניט אָפּטאָן פֿון אים ז ַײן נאַרישקײט‪.‬‬

             ‫‪ 23‬קענען זאָלסטו קענען דאָס אױסזען פֿון ד ַײנע שאָף‪,‬‬
                                       ‫גיב אַכטונג אױף די סטאַדעס;‬

                           ‫‪ 24‬װאָרום ניט אױף אײביק איז ר ַײכטום;‬
                               ‫און איז דען אַ קרױן אױף ָדור‪-‬דורות?‬

           ‫‪ 25‬די הײ איז אָפּגעשניטן‪ ,‬און פֿרישע גראָז באַװ ַײזט זיך‪,‬‬
                ‫און א ַײנגעזאַמלט ז ַײנען די קר ַײטעכער פֿון די בערג‪,‬‬
                          ‫‪ 26‬װעלן די שעפּסן ז ַײן פֿאַר ד ַײן קלײדונג‪,‬‬
   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64   65