Page 30 - Mishley
P. 30
משלי
30אַ געזונט פֿאַרן ל ַײב איז אַ געלאַסן האַרץ,
און אַ פֿױלונג אין די בײנער איז קנאה.
31דער װאָס דריקט דעם אָרימאַן ,לעסטערט ז ַײן באַשעפֿער,
און דער װאָס דערבאַרימט זיך אױפֿן אבֿיון ,גיט אים כּבֿוד.
32אין ז ַײן אומגליק װערט געשטױסן דער ָרשע,
אָבער דער צדיק איז באַשיצט ביז אין ז ַײן טױט.
33אין האַרצן פֿון פֿאַרשטאַנדיקן רוט די חכמה,
אָבער װאָס אינעװײניק ב ַײ די נאַרן װערט באַקאַנט.
34גערעכטיקײט דערהײבט אַ פֿאָלק,
און זינד איז די שאַנד פֿון אומות.
35דעם מלכס גוטװיליקײט איז צום קלוגן קנעכט,
און ז ַײן גרימצאָרן װעט ז ַײן אױפֿן טױגעניכטס.
1אַ װײכער ענטפֿער האַלט אָפּ צאָרן,טו
און אַ פֿאַרדראָסיק װאָרט ברענגט אױף כּעס.
2די צונג פֿון די קלוגע איז װױלקענעװדיק,
און דאָס מױל פֿון נאַרן גאַװערט טיפּשות.
3אין יעטװעדער אָרט ז ַײנען די אױגן פֿון גאָט,
זײ זעען די שלעכטע און די גוטע.
4אַ מילדע צונג איז אַ בױם פֿון לעבן,
און פֿאַלשקײט אױף איר איז אַ בראָך פֿאַרן געמיט.
5דער נאַר פֿאַראַכט ז ַײן פֿאָטערס מוסר,
און דער װאָס אַכט אױף שטראָף איז געש ַײט.
6אין הױז פֿון דעם צדיק איז גרױס ר ַײכטום,
און אין א ַײנקום פֿון ָרשע איז אַ צרה.