Page 162 - Yirmiyohu
P. 162
ירמיה
28דאָס איז דאָס פֿאָלק װאָס נבו ַכד ֶרא ַצר האָט פֿאַרטריבן :אין
זיבעטן יאָר ,יהודהער דר ַײ טױזנט און דר ַײ און צװאַנציק; 29אין
אַכצנטן יאָר פֿון נבו ַכד ֶרא ַצרן ,און ירו ָש ַל ִים אַכט הונדערט און
צװײ און דר ַײסיק נפֿשות; 30אין דר ַײ און צװאַנציקסטן יאָר פֿון
נבו ַכד ֶרא ַצרן האָט נבו ַז ְראַ ָדן דער הױפּט פֿון דעם ל ַײב-חיל פֿאַרטריבן
יהודהער זיבן הונדערט און פֿינף און פֿערציק נפֿשות; אַלע נפֿשות,
פֿיר טױזנט און זעקס הונדערט.
31און עס איז געװען אין זיבן און דר ַײסיקסטן יאָר פֿון דעם גלות
פֿון יהוֹ ָיכין דעם מלך פֿון יהודה ,אין צװעלפֿטן חוֹדש ,אין פֿינף און
צװאַנציקסטן טאָג פֿון חוֹדש ,האָט ֶאויל-מרוֹ ַדך דער מלך פֿון בבֿל,
אין דעם יאָר װאָס ער איז געװאָרן מלך ,אױפֿגעהױבן דעם קאָפּ פֿון
יהוֹ ָיכין דעם מלך פֿון יהודה ,און האָט אים אַרױסגעצױגן פֿון תּפֿיסה.
32און ער האָט גערעדט צו אים פֿר ַײנטלעך ,און האָט געשטעלט ז ַײן
שטול איבער די שטולן פֿון די מלכים װאָס ב ַײ אים זין ָגבל 33 .און
ער האָט אומגעביטן ז ַײנע תּפֿיסה-קלײדער; און ער האָט געגעסן ב ַײ
אים גרױט תּמיד ,אַלע טעג פֿון ז ַײן לעבן 34 .און ז ַײן אױסקומעניש,
אַ שטענדיקע אױסקומעניש ,איז אים געגעבן געװאָרן פֿון דעם מלך
פֿון בבֿל טאָגטעגלעך ביז צום טאָג פֿון ז ַײן טױט ,אַלע טעג פֿון ז ַײן
לעבן.