Page 161 - Yirmiyohu
P. 161
ירמיה
17און די קופּערנע ז ַײלן װאָס אין הױז פֿון גאָט ,און די געשטעלן,
און דעם קופּערנעם אים װאָס אין הױז פֿון גאָט ,האָבן די ַכּשׂדים
צעבראָכן ,און האָבן אַװעקגעטראָגן זײער גאַנצע קופּער קײן בבֿל.
18אױך די טעפּ ,און די שופֿלען ,און די שנ ַײצמעסערס ,און די
שפּרענגבעקנס ,און די שאָלן ,און אַלע קופּערנע כּלים װאָס מע
פֿלעגט דינען מיט זײ ,האָבן זײ צוגענומען .און די בעקנס ,און די
פֿ ַײערפֿאַנען ,און די שפּרענגבעקנס ,און די טעפּ ,און די מנוֹרות ,און
די שאָלן ,און די שיסלען ,װאָס גאָלד ,גאָלד ,און װאָס זילבער,
זילבער ,האָט דער הױפּט פֿון ל ַײב-חיל צוגענומען 19 .און די בעקנס,
און די פֿ ַײערפֿאַנען ,און די שפּרענגבעקנס ,און די טעפּ ,און די
מנוֹרות ,און די שאָלן ,און די שיסלען ,װאָס גאָלד ,גאָלד ,און װאָס
זילבער ,זילבער ,האָט דער הױפּט פֿון ל ַײבֵ -כל צוגענומען 20 .די צװײ
ז ַײלן ,דער אײן ים ,און די צװעלף קופּערנע רינדער װאָס אונטער די
געשטעלן ,װאָס שלמה המלך האָט געמאַכט פֿאַרן הױז פֿון גאָט –
דאָס קופּער פֿון אַלע די דאָזיקע כּלים איז ניט געװען אָפּצוּװעגן.
21און די ז ַײלן :אַכצן א ַײלן איז געװען די הײך פֿון אײן ז ַײל ,און אַ
פֿאָדים פֿון צװעלף א ַײלן האָט אים אַרומגערינגלט ,און ז ַײן גרעב איז
געװען פֿיר פֿינגער; הױל אינעװײניק 22 .און אַ קרױן איז געװען אױף
אים פֿון קופּער; און די הײך פֿון אײן ז ַײל איז געװען פֿינף א ַײלן ,מיט
אַ נעצװערק און מילגרױמען אױף דער קרױן רונד אַרום ,אַלצדינג פֿון
קופּער; און אַזױ װי די דאָזיקע אױפֿן צװײטן ז ַײל ,מיט מילגרױמען.
23און די מילגרױמען ז ַײנען געװען זעקס און נ ַײנציק צו דערױסן צו;
אַלע מילגרױמען אױפֿן נעצװערק רונד אַרום ז ַײנען געװען הונדערט.
24און דער הױפּט פֿון דעם ל ַײבֵ -כל האָט גענומען שׂ ָרָיה דעם
אױבער-כּהן ,און צ ַפֿנָיה דעם צװײטן כּהן ,און די דר ַײ שװעלהיטער;
25און פֿון דער שטאָט האָט ער גענומען אײן הױפֿדינער װאָס איז
געװען דער אױפֿזעער איבער די מלחמה-ל ַײט ,און זיבן מענער פֿון די
װאָס פֿלעגן זען דעם מלכס פּנים ,װאָס האָבן זיך געפֿונען אין שטאָט,
און דעם שר ַײבער פֿון דעם ֵכל-פֿירער ,װאָס פֿלעגט אױפֿנעמען אין
חיל דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד ,און זעכציק מאַן פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד,
װאָס האָבן זיך געפֿונען אין שטאָט 26 .און נבוַז ְראַ ָדן דער הױפּט פֿון
דעם ל ַײב-חיל האָט זײ גענומען ,און האָט זײ אַװעקגעפֿירט צום מלך
פֿון בבֿל קײן ִרב ָלה 27 .און דער מלך פֿון בבֿל האָט זײ געשלאָגן און
זײ געטײט אין ִרבֿ ָלה אין לאַנד ַח ָמת .אַזױ איז יהודה אין גלות אַװעק
פֿון ז ַײן לאַנד.