Page 156 - Yirmiyohu
P. 156

‫ירמיה‬

         ‫‪ 33‬װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת‪,‬‬
                                    ‫דער גאָט פֿון ישׂראל‪:‬‬

                          ‫טאָכטער בבֿל איז װי אַ ש ַײער‬
                     ‫אין דער צ ַײט װאָס מע טרעט אים;‬

                                      ‫נאָך אַ קלײן װ ַײלע‪,‬‬
                 ‫און קומען װעט די שניטצ ַײט אױף איר‪.‬‬

            ‫‪ 34‬פֿאַרצערט האָט מיך‪ ,‬צעדריקט האָט מיך‪,‬‬
                          ‫נבו ַכד ֶרא ַצר דער מלך פֿון בבֿל;‬

          ‫װי אַ לײדיקע כּלי האָט ער מיך אָפּגעשטעלט‪,‬‬
          ‫װי אַ קראָקאָדיל האָט ער מיך א ַײנגעשלונגען;‬
       ‫ער האָט אָנגעפֿילט ז ַײן בױך מיט מ ַײנע געריכטן;‬

                         ‫אַװעקגעשװענקט האָט ער מיך‪.‬‬
‫‪” 35‬דאָס אומרעכט צו מיר און מ ַײן פֿלײש אױף בבֿל!“‬

                           ‫זאָגט די באַװױנערין פֿון ִציוֹן;‬
       ‫און‪” :‬מ ַײן בלוט אױף די באַװױנער פֿון ַכּשׂדים!“‬

                                          ‫זאָגט ירו ָש ַל ִים‪.‬‬

                        ‫‪ 36‬דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט‪:‬‬
                                  ‫זע‪ ,‬איך קריג ד ַײן גריג‪,‬‬

                       ‫און װעל זיך נוֹקם ז ַײן ד ַײן נקמה;‬
                  ‫און איך װעל אױסטריקענען איר אים‪,‬‬

                             ‫און טרוקן מאַכן איר קװאַל‪.‬‬
                      ‫‪ 37‬און בבֿל װעט װערן צו הױפֿנס‪,‬‬

                                  ‫אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן‪,‬‬
                             ‫אַ שרעק און אַ שמוצערונג‪,‬‬

                                         ‫אָן אַ באַװױנער‪.‬‬
             ‫‪ 38‬אין אײנעם װי יונגל ַײבן װעלן זײ ברילן‪,‬‬

                        ‫װי קלײנע ל ַײבן װעלן זײ שר ַײען‪.‬‬
           ‫‪ 39‬מיט גיפֿט װעל איך צוריכטן זײער טראַנק‪,‬‬
 ‫און איך װעל זײ פֿאַרשיכּורן‪ ,‬כּדי ז ַײן זאָלן זיך צאַפּלען‪,‬‬

                      ‫און א ַײנשלאָפֿן אַן אײביקן שלאָף‪,‬‬
                       ‫און זיך ניט אױפֿכאַפּן‪ ,‬זאָגט גאָט‪.‬‬
‫‪ 40‬איך װעל זײ מאַכן נידערן װי לעמער צו דער שכיטה‪,‬‬

                                   ‫װי װידערס מיט בעק‪.‬‬
                      ‫‪ 41‬װי איז באַװוּנגען געװאָרן ֵש ַשך‪,‬‬
   151   152   153   154   155   156   157   158   159   160   161