Page 153 - Yirmiyohu
P. 153

‫ירמיה‬

     ‫‪ 8‬פּלוצלינג איז געפֿאַלן בבֿל און צעבראָכן געװאָרן;‬
                                   ‫טוט יאָמערן אױף איר;‬

                     ‫קריגט אַ באַלזאַם פֿאַר איר װ ַײטאָק‪,‬‬
                              ‫אפֿשר עט זי געהײלט װערן‪.‬‬
                              ‫‪” 9‬מיר האָבן געהײלט בבֿל‪,‬‬

                       ‫אָבער זי איז ניט געהײלט געװאָרן;‬
   ‫פֿאַרלאָזט זי‪ ,‬און לאָמיר גײן איטלעכער צו ז ַײן לאַנד;‬

                ‫װאָרום ביז צום הימל גר ַײכט איר משפּט‪,‬‬
                 ‫און ער הײבט זיך אױף ביז די װאָלקנס“‪.‬‬
   ‫‪ 10‬גאָט האָט אַרױסגעבראַכט אונדזער גערעכטיקײט;‬

                     ‫קומט‪ ,‬און לאָמיר דערצײלן אין ִציוֹן‬
                     ‫דעם אױפֿטו פֿון יהוה אונדזער גאָט‪.‬‬

                                ‫‪ 11‬מאַכט בלאַנק די פֿ ַײלן‪,‬‬
                                 ‫פֿילט אָן די פֿ ַײלב ַײטלען‪,‬‬
 ‫גאָט האָט דערװעקט דעם ג ַײסט פֿון די מלכים פֿון ָמ ַדי;‬
   ‫װאָרום אױף בבֿל איז ז ַײן טראַכטונג‪ ,‬זי צו צעשטערן‪,‬‬
                         ‫װ ַײל די נקמה פֿון גאָט איז דאָס‪,‬‬
                                ‫די נקמה פֿאַר ז ַײן טעמפּל‪.‬‬
          ‫‪ 12‬קעגן די מױערן פֿון בבֿל הײבט אױף אַ פֿאָן‪,‬‬

                                    ‫פֿאַרשטאַרקט די װאַך‪,‬‬
               ‫שטעלט אױף װעכטער‪ ,‬ברײט אָן לױערער‪,‬‬
                ‫װאָרום אי געטראַכט האָט גאָט אי געטאָן‬
      ‫װאָס ער האָט גערעדט אױף די באַװױנער פֿון בבֿל‪.‬‬

                 ‫‪ 13‬דו װאָס װױנסט ב ַײ גרױסע װאַסערן‪,‬‬
                                     ‫דו ר ַײכע אין אוֹצרות‪,‬‬
                                    ‫געקומען איז ד ַײן ָסוף‪,‬‬

                               ‫די מאָס פֿון ד ַײן גײציקײט‪.‬‬
              ‫‪ 14‬גאָט פֿון צ ָבאוֹת האָט געשװאָרן ב ַײ זיך‪:‬‬
  ‫פֿאַר װאָר‪ ,‬איך פֿיל דיך אָן מיט מענטשן װי הײשעריקן‪,‬‬

                ‫און זײ װעלן אױסרופֿן קעגן דיר ” ֵהי ָדד“!‬

               ‫‪ 15‬ער האָט געמאַכט די ערד מיט ז ַײן כּוֹך‪,‬‬
       ‫ער האָט אױפֿגעשטעלט די װעלט מיט ז ַײן חכמה‪,‬‬
‫און מיט ז ַײן פֿאַרשטאַנדיקײט אױסגעשפּרײט די הימלען‪.‬‬
   148   149   150   151   152   153   154   155   156   157   158