Page 152 - Yirmiyohu
P. 152
ירמיה
װאָס ער טראַכט אױפֿן לאַנד פֿון די ַכּשׂדים:
אױב די מינדסטע פֿון די שאָף װעלן זײ ניט אַװעקשלעפּן!
אױב ער עט ניט פֿאַרװיסטן די װֵוֹּנונג איבער זײ!
46פֿון דעם קלאַנג ”בבֿל איז א ַײנגענומען!“
װערט אױפֿגעציטערט די ערד,
און אַ געשרײ צװישן די פֿעלקער װערט געהערט.
1אַזױ האָט גאָט געזאָגט:נא
זע ,איך דערװעק אױף בבֿל,
און אױף די באַװױנער פֿון ֵלבָ -ק ַמי,
עף אַ װינט אַ צעשטעריקן.
2און איך װעל אָנשיקן אױף בבֿל פֿרעמדע,
און זײ װעלן זײ װינטשופֿלען,
עף און װעלן אױסלײדיקן איר לאַנד;
װאָרום פֿון רונד אַרום װעלן זײ ז ַײן אױף איר,
אין דעם טאָג פֿון אומגליק.
3אַהין זאָל שפּאַנען דער שפּאַנער ז ַײן בױגן,
און אַהין זאָל ער זיך אױפֿהײבן אין ז ַײן פּאַנצער;
און איר זאָלט ניט שױנען אירע יונגעל ַײט;
פֿאַרװיסט איר גאַנצן חיל.
4און דערשלאָגענע װעלן פֿאַלן אין לאַנד פֿון די ַכּשׂדים,
און דערשטאָכענע אין אירע גאַסן.
5װאָרום ניט פֿאַראַלמנט איז ישׂראל און יהודה
פֿון ז ַײן גאָט ,פֿון יהוה פֿון צ ָבאוֹת;
װאָרום זײער לאַנד איז פֿול מיט שולד
אַקעגן דעם הײליקן פֿון ישׂראל.
6אַנטלױפֿט פֿון בבֿל ,און ראַטעװעט איטלעכער ז ַײן נפֿש,
אירזאָלט ניט פֿאַרשניטן װערן דורך איר זינד;
װאָרום אַ צ ַײט פֿון ן קמה איז דאָס ב ַײ גאָט,
אַ פֿאַרגעלטונג באַצאָלט ער איר.
7אַ גילדערנער ָכּוס איז בבֿל געװען אין גאָטס האַנט,
די גאַנצע ערד האָט זי פֿאַרשיכּורט;
פֿון איר װ ַײן האָבן די פֿעלקער געטרונקען,
דרום ז ַײנען די פֿעלקער צעדולט געװאָרן.