Page 147 - Yirmiyohu
P. 147

‫ירמיה‬

                     ‫‪ 6‬בלודנע שאָף איז געװען מ ַײן פֿאָלק;‬
         ‫זײערע פּאַסטוכער האָבן זײ געלאָזט בלאָנדזשען‪,‬‬

                           ‫אױף די בערג זײ אַװעקגעלאָזט;‬
                   ‫פֿון באַרג צו בערגל ז ַײנען זײ געגאַנגען‪,‬‬

                                ‫פֿאַרגעסן זײער הױעראָרט‪.‬‬
       ‫‪ 7‬אַלע װאָס האָבן זײ געפֿונען האָבן זײ פֿאַרצערט‪,‬‬

                           ‫און זײערע פֿ ַײנט האָבן געזאָגט‪:‬‬
                                ‫מיר װעלן ניט שולדיק ז ַײן‪,‬‬

                         ‫װ ַײל זײ האָבן געזינדיקט צו גאָט‪,‬‬
                         ‫צו דער װױנונג פֿון גערעכטיקײט‪,‬‬
                ‫און דער האָפֿונג פֿון זײערע עלטערן‪ ,‬גאָט‪.‬‬

                                      ‫‪ 8‬אַנטלױפֿט פֿון בבֿל‪,‬‬
                         ‫און פֿון לאַנד ַכּשׂדים גײט אַרױס‪,‬‬
                    ‫און ז ַײט װי בעק פֿאַרױס פֿאַר די שאָף‪.‬‬
    ‫‪ 9‬װאָרום זע‪ ,‬איך דערװעק און ברענג אַרױף אױף בבֿל‬
                ‫אַ געזעמל גרױסע פֿעלקער פֿון צפֿון‪-‬לאַנד‪,‬‬
                   ‫און זײ װעלן זיך אױסשטעלן קעגן איר;‬
                      ‫פֿון דאָרטן װעט זי באַצװוּנגען װערן;‬
             ‫זײערע פֿ ַײלן ז ַײנען װי פֿון אַ באַגליקטן גיבור‪,‬‬
                     ‫װאָס קערט זיך ניט אום מיט לײדיקן‪.‬‬
                          ‫‪ 10‬און ַכּשׂדים װעט ז ַײן צו רױב;‬
        ‫אַלע אירע ר אױבער װעלן זיך אָנזעטן‪ ,‬זאָגט גאָט‪.‬‬
            ‫‪ 11‬װ ַײל איר פֿרײט זיך‪ ,‬װ ַײל איר ז ַײט לוסטיק‪,‬‬

                            ‫איר אױסרױבער פֿון מ ַײן אַרב‪,‬‬
                ‫װ ַײל איר שפּרינגט װי אַ קאַלב אױף גראָז‪,‬‬

                               ‫און הירזשעט װי די אָגערס‪,‬‬
               ‫‪ 12‬װעט ז ַײן אין גרױס שאַנד א ַײער מוטער‪,‬‬

                        ‫װעט זיך שעמען א ַײער געװינערין‪.‬‬
               ‫זע‪ ,‬דאָס לעצטע פֿון די פֿעלקער װעט װערן‬

                ‫אַ מדבר‪ ,‬אַ טריקעניש‪ ,‬און אַ װילדערניש‪.‬‬
‫‪ 13‬פֿון װעגן דעם צאָרן פֿון גאָט װעט זי ז ַײן ניט באַװױנט‪,‬‬

                  ‫און זי װעט ז ַײן אַ װיסטעניש אין גאַנצן;‬
  ‫איטלעכער װאָס גײט פֿאַרב ַײ בבֿל װעט זיך דערשרעקן‪,‬‬

                ‫און װעט שמוצערן אױף אַלע אירע פּלאָגן‪.‬‬
                ‫‪ 14‬שטעלט זיך אױס קעגן בבֿלרונד אַרום‪,‬‬
   142   143   144   145   146   147   148   149   150   151   152