Page 143 - Yirmiyohu
P. 143
ירמיה
װעסט ניט פֿאַרשױנט װערן,
נ ַײערט טרינקען װעסטו טרינקען.
13װאָרום איך שװער ב ַײ מיר ,זאָגט גאָט,
אַז פֿאַר אַ שרעק ,פֿאַר אַ שאַנד ,פֿאַר אַ װיסטעניש,
און פֿאַר אַ קללה ,װעט בצ ָרה װערן,
און אַלע אירע שטעט װעלן װערן אײביקע כורבות.
14אַ הערונג האָב איך געהערט פֿון גאָט,
און אַ שליך איז געשיקט צװישן די פֿעלקער:
זאָלמט א ַײך א ַײן ,און קומט אױף איר,
און שטײט אױף צו מלחמה.
15װאָרום זע ,קלײן מאַך איך דיך צװישן די פֿעלקער,
פֿאַראַכט צװישן מענטשן.
16ד ַײן מוֹראדיקײט האָט דיך פֿאַרפֿירט,
די מוטװיליקײט פֿון ד ַײן האַרצן,
דו װאָס װױנסט אין די שפּאַלטן פֿון פֿעלז,
װאָס פֿאַרנעמסט די הײך פֿון באַרג.
װען זאָלסט דערהײכן װי אַן אָדלער ד ַײן נעסט,
װעל איך פֿון דאָרט דיך אַראָפּנידערן ,זאָגט גאָט.
17און ֶאדוֹם װעט װערן פֿאַר אַ שרעק,
איטלעכער װאָס גײט איר פֿאַרב ַײ װעט זיך דערשרעקן,
און װעט שמוצערן אױף אַלע אירע פּלאָגן.
18אַזױ װי די איבערקערעניש פֿון סדוֹם און ַעמוֹ ָרה
און אירע שכנים ,זאָגט גאָט,
װעט קײן מענטשן דאָרט ניט װױנען,
און קײן מענטשנקינד װעט זיך ניט אױפֿהאַלטן אין איר.
19זע ,װי אַ ל ַײב פֿון דעם געװעלד פֿון ַירדן,
װעט ער אַרױפֿגײן אױף דער פֿעסטער װױנונג;
װאָרום אין אַ רגע װעל איך אים אָניאָגן אױף איר,
און װער דער אױסדערװײלטער,
דעם װעל איך אױפֿזעצן איבער איר.
װאָרום װער איז מ ַײן גל ַײכן?
און װער קען מיך אַרױסרופֿן?
און װער איז דער פּאַסטוך
װאָס קען באַשטײן פֿאַר מיר?
20דרום הערט דעם באַראָט פֿון גאָט