Page 146 - Yirmiyohu
P. 146
ירמיה
און פֿאַר די װאָס זוכן זײער לעבן,
און איך װעל ברענגען אױף זײ אַן אומגליק –
דעם גרים פֿון מ ַײן צאָרן ,זאָגט גאָט;
38און איך װעל נאָכשיקן נאָך זײ די שװערד,
ביז איך טו זײ פֿאַרלענדן.
און איך װעל שטעלן מ ַײן טראָן אין ֵעי ָלם,
און װעל אונגערברענגען פֿון דאָרטן קיניג און האַרן,
זאָגט גאָט.
39אָבער עס װעט ז ַײן אין ָסוף פֿון די טעג,
װעל איך אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון ֵעי ָלם,
זאָגט גאָט.
1דאָס װאָרט װאָס גאָט האָט גערעדט אױף בבֿל,נ
אױפֿן לאַנד פֿון די ַכּשׂדים ,דורך ִירמָיהו הנבֿיא.
2זאָגט אָן צװישן די פֿעלקער ,און מאַכט הערן,
און הײבט אױף אַ פֿאָן;
מאַכט הערן ,איר זאָלט ניט פֿאַרהױלן;
זאָגט :באַצװוּנגען איז בבֿל,
צו שאַנד איז בל ,צעבראָכן איז מרוֹ ַדך,
צו שאַנד ז ַײנען אירע געצנבליקדער,
צעבראָכן אירע אָפּגעטער.
3װאָרום אַ פֿאָלק פֿון צפֿון איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף איר,
ער װעט מאַכן איר לאַנד צו װיסט,
און קײן באַװױנער װעט אין איר ניט ז ַײן;
פֿון אַ מענטש ביז אַ בהמה ז ַײנען אַנטלאָפֿן ,אַװעק.
4אין יענע טעג און אין יענער צ ַײט ,זאָגט גאָט,
װעלן קומען די קינדער פֿון ישׂראל,
זײ און די קינדער אופֿן יהודה אין אײנעם;
גײן װ ַײנענדיק װעלן זײ גײן,
און יהוה זײער גאָט װעלן זײ זוכן.
5אױף ִציוֹן װעלן זײ פֿרעגן,
אױפֿן װעג אַהער זײער פּנים:
קומט ,און לאָמען זיך באַהעפֿטן אָן יהוה,
אין אַן אײביקן בונד װאָס זאָל ניט פֿאַרגעסן װערן.