Page 151 - Yirmiyohu
P. 151
ירמיה
װאָרום אַ לאַנד פֿון געצן איז דאָס,
און מיט שרעקבילדער ז ַײנען זײ משוגע.
39דרום װעלן דאָרט װױנען װילדע קעץ פֿממיט שאַקאַלן,
און װױנען אין איר װעלן שטרױספֿױגלען,
און זי װעט ניט באַזעצט װערן אױף אײביק,
און ניט באַװױנט װערן אױף דוֹר-דוֹרות.
40אַזױ װי גאָטס איבערקערעניש פֿון סדוֹם און ַעמוֹ ָרה
און אירע שכנים ,זאָגט גאָט,
װעט קײן מענטש דאָרט ניט װױנען,
און קין מענטשנקינד װעט זיך ניט אױפֿהאַלטן אין איר.
41זע ,אַ פֿאָלק קומט פֿון צפֿון,
און אַ גרױסע אומה און פֿיל מלכים
דערװעקן זיך פֿון די עקן ערד.
42בױגן און שפּיז האַלטן זײ,
אַכָזרים ז ַײנען זײ ,און האָבן קײן רכמנות ניט;
זײער ָקול ברומט װי דער אים,
און אױף פֿערד ר ַײטן זײ;
אױסגעשטעלט װי אײן מאַן אױף מלחמה,
אַקעגן דיר ,טאָכטער בבֿל.
43דער מלך פֿון בבֿל האָט געהערט זײער הערונג,
און ז ַײנע הענט ז ַײנען שלאַף געװאָרן,
אַן אַנגסט האָט אים אָנגענומען,
אַ װ ַײטאָק װי אַ געװינערין.
44זע ,װי אַ ל ַײב פֿון דעם געװעלד פֿון ַירדן,
װעט ער אַרױפֿגײן אױף דער פֿעסטער װױנונג;
װאָרום אין אַ רגע װעל איך װײ אָניאָגן אױף איר,
און װער דער אױסדערװײלטער,
דעם װעל איך אױפֿזעצן איבער איר.
װאָרום װער איז מ ַײן גל ַײכן?
און װער קען מיך אַר אױסרופֿן?
אונװ ער איז דער פּאַסטוך
װאָס קען באַשטײן פֿאַר מיר?
45דרום הערט דעם באַראָט פֿון גאָט,
װאָס ער האָט באַראָטן אױף בבֿל,
און ז ַײנע טראַכטונגען