Page 155 - Yirmiyohu
P. 155
ירמיה
און איך װעל אױסשטרעקן מ ַײן האַנט אױף דיר,
און װעל דיך אַראָפּק ַײקלען פֿון די װעלזן,
און דיך מאַכן פֿאַר אַן אױסגעברענטן באַרג.
26און מע װעט ניט נעמען פֿון דיר אַ שטײן פֿאַר אַ װינקל,
און אַ שטײן פֿאַר גרונטפֿעסטן;
נ ַײערט אײביקע װיסטענישן װעסטו ז ַײן,
זאָגט גאָט.
27הײבט אױף אַ פֿאָן אין לאַנד,
בלאָזט אַ שוֹפֿר צװישן די פֿעלקער,
ברײט אָן קעגן איר די פֿעלקער,
רופֿט צונױף קעגן איר די קיניגר ַײכן
אַ ָר ָרטִ ,מני ,און אַשכַּנז;
זעצט אױף קעגן איר אַ חיל-פֿירער,
ברענגט אַרױף פֿערד װי האָריקע הײשעריקן.
28ברײט אָן קעגן איר די פֿעלקער,
די מלכים פֿון ָמ ַדי,
אירע דוכּסים און אַלע אירע פֿירשטן,
און דאָס גאַנצע לאַנד פֿון ז ַײן ממשלה.
29און די ערד שטורעמט און ציטערט,
װאָרום מקױם געװאָרן ז ַײנען אױף בבֿל
די טראַכטונגען פֿון גאָט,
צו מאַכן לאַנד בבֿל צו װיסט ,אָן אַ װױנער.
30די גיבוֹרים פֿון בבֿל האָבן אױפֿגעהערט מלחמה האַלטן,
זײ זיצן אין די פֿעסטונגען;
אָפּגעטאָן האָט זיך זײער גבורה,
זײ ז ַײנען געװאָרן װי װ ַײבער;
מע האָט אָנגעצונדן אירע װ ִוּינונגען,
צעבראָכן געװאָרן ז ַײנען אירע ריגלען.
31אַ לױפֿער קעגן אַ לױפֿער לױפֿט,
און אַן אָנזאָגער קעגן אַן אָנזאָגער,
אָנצוזאָגן דעם מלך פֿון בבֿל,
אַז ז ַײן שטאָט איז באַצװוּנגען פֿון אַלע עקן;
32און די איבערפֿאָרן ז ַײנען פֿאַרכאַפּט,
און די פֿעסטונגען האָט מען פֿאַרברענט אין פֿ ַײער,
און די מלחמה-ל ַײט ז ַײנען צעטומלט.