Page 160 - Yirmiyohu
P. 160
ירמיה
איר ,און געבױט אַ באַלעגערומױער רונד אַרום איר 5 .און די שטאָט
איז געװען אין באַלעגערונג ביזן עלפֿטן יאָר פֿון מלך ִצד ִקָיהון 6 .אין
פֿירטן חוֹדש ,אין נ ַײנטן טאָג פֿון חוֹדש ,האָט זיך געשטאַרקט דער
הונגער אין שטאָט ,און עס איז ניט געװען קײן ברױט פֿאַר דעם
פֿאָלק פֿון לאַנד 7 .איז א ַײנגעבראָכן געװאָרן די שטאָט; און אַלע
מלחמהל ַײט ז ַײנען אַנטלאָפֿן ,און ז ַײנען אַרױס פֿון שטאָט ב ַײ נאַכט
דורך דעם טױער צװישן די צװײ מױערן װאָס ב ַײם מלכס גאָרטן –
און די ַכּשׂדים ז ַײנען געװען ב ַײן שטאָט רונד אַרום – און זײ ז ַײנען
אַװעק מיטן װעג פֿון פּלױן 8 .האָט דער ֵכל פֿון די ַכּשׂדים נאָכגעיאָגט
דעם מלך ,און זײ האָבן אָנגעיאָגט ִצד ִקָיהון אין די פּלױנען פֿון יריחו;
און ז ַײן גאַנצער חיל איז זיך צעלאָפֿן פֿון אים 9 .און זײ האָבן
געכאַפּט דעם מלך ,און האָבן אים אַרױפֿגעבראַכט צו דעם מלך פֿון
בבֿל קײן ִרב ָלה אין לאַנד ח ָמת; און ער האָט אַרױסגעזאָגט אױף אים
אַ משפּט 10 .און דער מלך פֿון בבֿל האָט געשאָכטן די זין פֿון
ִצד ִקָיהוה פֿאַר ז ַײנע אױגן; און אױך אַלע האַרן פֿון יהודה האָט ער
געשאָכטן אין רב ָלה 11 .און ִצד ִקָיהוס אױגן האָט ער בלינד געמאַכט,
און האָט אים געשמידט אין קופּערנע קײטן; און דער מלך פֿון בבֿל
האָט אים געבראַכט קײן בבֿל ,און האָט אים אַר ַײנגעזעצט אין
װאַכהױז ביז דעם טאָג פֿון ז ַײן טױט.
12און אין פֿינפֿטן חוֹדש ,אין צענטן טאָג פֿון חוֹדש – דאָס איז
דאָס נ ַײנצנטע יאָר פֿון מלך נבו ַכדראָא ַצר ,דעם מלך פֿון בבֿל – איז
געקומען נבוַז ְראַ ָדן דער הױפּט פֿון דעם ל ַײב-חיל ,װאָס איז
געשטאַנען פֿאַר דעם מלך פֿון בבֿל אין ירו ָש ַל ִים 13 .און ער האָט
פֿאַרברענט דאָס הױז פֿון גאָט ,און דעם מלכס הױז; און אַלע ה ַײזער
פֿון ירו ָש ַל ִים ,װוּ נאָר אַ הױז פֿון אַ גרױסן מאַן ,האָט ער פֿאַרברענט
אין פֿ ַײער 14 .און אַלד מױערן פֿון ירו ָש ַל ִים רונד אַרום האָט דער
גאַנצער ֵכל פֿון די ַכּשׂדים װאָס מיט דעם הױפּט פֿון דעם ל ַײב-חיל
א ַײנגעװאָרפֿן 15 .און פֿון די ראָימע פֿון פֿאָלק און דעם רעשט פֿון
פֿאָלק װאָס ז ַײנען געבליבן אין שטאָט ,און די צוגעפֿאַלענע װאָס
ז ַײנען צוגעפֿאַלן צו דעם מלך פֿון בבֿל ,און דעם רעשט פֿון די
מ ַײנסטער ,האָט נבוַז ְראַ ָדן דער הױפּט פֿון דעם ל ַײב-חיל פֿאַרטריבן.
16אָבער פֿון די אָרימע פֿון לאַנד האָט נבוַז ְראַ ָדן דער הױפּט פֿון דעם
ל ַײב-חיל איבערגעלאָזט פֿאַר װ ַײנגערטנירער און פֿאַר אַקערל ַײט.