Page 159 - Yirmiyohu
P. 159
ירמיה
װעלן אין פֿ ַײער אָנגעצונדן װערן;
און די פֿעלקער װעלן זיך מיען אומנישט,
און די אומות פֿאַרן פֿ ַײער;
און זײ װעלן פֿאַרמאַטערט װערן.
59דאָס װאָרט װאָס ִירמָיהו הנבֿיא האָט באַפֿױלן שׂ ָפָֿיה דעם זון פֿון
ֵנ ִרָיה דעם זון פֿון ַמח ֵסָיהן ,װען ער איז געגאַנגען מיט ִצד ִקָיהו דעם
מלך פֿון יהודה קײן בבֿל ,אין פֿירטן יאָר פֿון זין מלוכה; און שׂ ָרָיה
איז געװען דער לאַגערמ ַײסטער 60 .און ִירמָיהו האָט אױפֿגעשריבן
דאָס גאַנצע בײז װאָס װעט קומען אױף בבֿל ,אין אײן בוך ,אַלד די
דאָזיקע װערטער װאָס ז ַײנען געשריבן אױף בבֿלל 61 .און ִירמָיהו
האָט געזאָגט צו שׂ ָרָיהן :װי דו קומסט קײן בבֿל ,אַזױ זאָלסטו זען
און איבערלײענען אַלע די דאָזיקע װערטער 62 ,און זאָלסט זאָגן:
גאָט ,דו האָסט גערעדט אױף דעם דאָזיקן אָרט ,אים צו פֿאַרשנ ַײדן,
אַז קײן װױנער זאָל אין אים ניט ז ַײן ,פֿון אַ מענטש ביז אַ בהמה,
נ ַײערט אײביקע װיסטענישן זאָל עס ז ַײן 63 .און עס װעט ז ַײן ,װי דו
ענדיקסט ל ַײענען דאָס דאָזיקע בוך ,זאָלסטו אָנבינדן אָן אים אַ
שטײן ,און עס אַר ַײנװאַרפֿן אין מיטן פּ ָרת; 64און זאָלסט זאָגן :אַזױ
װעט א ַײנגעזונקען װערן בבֿל ,און ניט אױפֿשטײן ,פֿון װעגן דעם בײז
װאָס איך ברענג אױף איר .און זײ װעלן פֿאַרמאַטערט װערן.
ביז דאַנען ז ַײנען די װערטער פֿון ִירמָיהון.
1אײן און צװאַנציק יאָר איז ִצד ִקָיהו אַלט געװען ,אַז ער איז
געװאָרן מלך ,און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירו ָש ַלִים;נב
און דער נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען ַחמו ַטל די טאָכטער פֿון
ִירמָיהון פֿון ִלבָנה 2 .און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די
אױגן פֿון גאָט ,אַזױ װי אַלץ װאָס יהוָֹיקים האָט געטאָן 3 .װאָרום פֿון
װעגן דעם צאָרן פֿון גאָט איז דאָס געשען אין ירו ָש ַל ִים און יהודה,
ביז ער האָט זײ אַװעקגעװאָרפֿן פֿון ז ַײן פּנים.
4און ִצד ִקָיהו האָט װידערשפּעניקט אָן דעם מלך פֿון בבֿל .און עס
איז געװען אין נ ַײנטן יאָר פֿון ז ַײן מלוכה ,אין צענטן חוֹדש ,אין
צענטן טאָג פֿון חוֹדש ,איז געקומען נבו ַכד ֶרא ַצר דער מלך פֿון בבֿל,
ער מיט ז ַײן גאַנצן חיל ,אױף ירו ָש ַל ִים ,און זײ האָבן געלעגערט אױף