Page 157 - Yirmiyohu
P. 157

‫ירמיה‬

‫און א ַײנגענומען געװאָרן דער לױב פֿון דער גאַנצער ערד!‬
                             ‫װי איז בבֿל צו װיסט געװאָרן‬
                                       ‫צװישן די פֿעלקער!‬

                 ‫‪ 42‬אױפֿגעגאַנגען איז ער אים אױף בבֿל;‬
            ‫פֿון ז ַײנע פֿיל אינדן איז זי פֿאַרדעקט געװאָרן‪.‬‬
             ‫‪ 43‬אירע שטעט ז ַײנען געװאָרן אַ װיסטעניש‪,‬‬

                              ‫אַ טרוקן לאַנד און אַ מדבר‪,‬‬
         ‫אַ לאַנד װאָס קײן שוממענטש װױנט ניט דערין‪,‬‬

               ‫און קײן מענטשנקינד גײט ניט דורך דערין‪.‬‬
        ‫‪ 44‬און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט בל אין בבֿל‪,‬‬

          ‫עף און װעל אַרױסציען ז ַײן שלונג פֿון ז ַײן מױל‪,‬‬
          ‫און מער װעלן ניט שטראָמען צו אים פֿעלקער;‬

                        ‫אױך די מױער פֿון בבֿל טוט פֿאַלן‪.‬‬

                       ‫‪ 45‬גײט אַרױס פֿון איר‪ ,‬מ ַײן פֿאָלק‪,‬‬
                      ‫און ראַטעװעט איטלעכער ז ַײן נפֿש‪,‬‬

                              ‫פֿון דעם גרימצאָרן פֿון גאָט‪.‬‬
                ‫‪ 46‬און זאָל ניט שלאַף װערן א ַײער האַרץ‪,‬‬

                                 ‫אַז איר זאָלט מוֹרא האָבן‬
        ‫פֿאַר דער הערונג װאָס װערט געהערט אין לאַנד;‬

                  ‫װאָרום אַ הערונג װעט קומען אײן יאָר‪,‬‬
                         ‫און דאָס יאָר נאָכדעם אַ הערונג‪,‬‬
                              ‫און רױב װעט ז ַײן אין לאַנד‪,‬‬

                   ‫אַ געװעלטיקער קעגן אַ געװעלטיקער‪.‬‬
                             ‫‪ 47‬פֿאַר װאָר‪ ,‬זע‪ ,‬טעג קומען‪,‬‬

      ‫און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט די געצן פֿון בבֿל‪,‬‬
                     ‫און איר גאַנץ לאַנד װעט זיך שעמען‪,‬‬

   ‫און אַלע אירע דערשלאָגענע װעלן פֿאַלן אין איר מיט‪.‬‬
                           ‫‪ 48‬און זינגען װעלן איבער ָגבל‬

                     ‫הימל און ערד און אַלץ װאָס אין זײ;‬
                   ‫װאָרום פֿון צפֿון װעלן קומען אױף איר‬

                             ‫די פֿאַרװיסטערס‪ ,‬זאָגט גאָט‪.‬‬
                               ‫‪ 49‬אױך בבֿל איז צום פֿאַלן‪,‬‬
                            ‫איר דערשלאָגענע פֿון ישׂראל!‬
                             ‫אױך אין בבֿל טוט מען פֿאַלן‪,‬‬
                 ‫איר דערשלאָגענע פֿון דער גאַנצער ערד!‬
   152   153   154   155   156   157   158   159   160   161   162