Page 154 - Yirmiyohu
P. 154
ירמיה
16ב ַײם ָקול פֿון ז ַײן דונערן
װערט אַ פֿילקײט פֿון װאַסער אין הימל,
און ער ברטענגט אױף װאָלקנס
פֿון עק פֿון דער ערד;
ער מאַכט בליצן צום רעגן,
און ציט אַרױס פֿון ז ַײנע שפּ ַײכלערס דעם װינט.
17איטלעכער מענטש אי פֿאַרגרעבט ,אָן פֿאַרשטאַנד,
איטלעכער שמעלצער װערט צו שאַנד פֿון דעם געץ,
װאָרום פֿאַלש איז ז ַײן געגאָסענער אָפּגאָט,
און קין אָטעם איז אין זײ ניטאָ.
18נישטיק ז ַײנען זײ ,אַ װערק פֿון פֿאַרפֿירעניש;
אין דער צ ַײט פֿון זײער רעכנשאַפֿט װעלן זײ אונטערגײן.
19ניט אַזױ װי די דאָזיקע איז דער טײל פֿון יעקב,
װאָרום ער איז דער באַשעפֿער פֿון אַלץ,
און ישׂראל איז דער שבט פֿון ז ַײן אַרבונג;
יהוה פֿון צ ָבאוֹת איז ז ַײן נאָמען.
20אַ האַמער ביסטו מיר ,אַ געצ ַײג פֿון מלחמה,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר פֿעלקער,
און צעשטערן מיט דיר קיניגר ַײכן.
21און איך װעל צעברעכן מיט דיר דעם פֿערד און ז ַײן ר ַײטער,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר דעם ר ַײטװאָגן און ז ַײן ר ַײטער;
22און איך װעל צעברעכן מיט דיר מאַן און װ ַײב,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר אַלט און יונג,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר בכור און מײדל;
23און איך װעל צעברעכן מיט דיר דעם פּאַסטוך און ז ַײן סטאַדע,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר דעם אַקערמאַן און ז ַײן געשפּאַן,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר דוכּסים און פֿירשטן.
24אָבער איך װעל באַצאָלן בבֿל
און אַלע באַװױנער פֿון כּקשׂדים
אַל זײער בײז װאָס זײ האָבן געטאָן אין ִציוֹן
פֿאַר א ַײערע אױגן ,זאָגט גאָט.
25זע ,איך קום צו דיר,
דו צעשטעריקער באַרג ,זאָגט גאָט,
װאָס צעשטערט די גאַנצע ערד;