Page 149 - Yirmiyohu
P. 149
ירמיה
זאָגט גאָט ,און טו אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן.
22אַ ָקול פֿון מלחמה אין לאַנד,
און אַ בראָך אַ גרױסער!
23װי איז צעהאַקט און צעבראָכן געװאָרן
דער האַמער פֿון דע גאַנצער ערד!
װי איז בבֿל צו װיסט געװאָרן
װי איז בבֿל צו װיסט געװאָרן
צװישן די פֿעלקער!
24איך האָב דיר אַ נעץ געשטעלט
און ביסט אױף געפֿאַנגען געװאָרן ,בבֿל,
און דו האָסט ניט געמערקט;
ביסט געפֿונען געװאָרן און אױך געכאַפּט געװאָרן,
װ ַײל דו האָסט זיך מיט גאָט אָנגעהױבן.
25גאָט האָט געעפֿנט ז ַײן שאַצקאַמער,
און אַרױסגעצױגן די געצ ַײג פֿון ז ַײן צאָרן,
װאָרום אַן אַרבעט פֿאַר יהוה דעם גאָט פֿון צ ָבאוֹת
איז דאָ אין לאַנד פֿון די ַכּשׂדים.
26קומט אױף איר פֿון אַלע עקן,
עפֿנט אירע שפּ ַײכלערס,
װאַרפֿט זי אָן אַזױ װי הױפֿנס ,און פֿאַרװיסט זי;
זאָל ניט ז ַײן פֿון איר אַן איבערבל ַײב.
27קױלעט אַלע אירע אָקסן,
זאָלן זײ נידערן צו דער שכיטה;
װײ צו זײ! װאָרום געקומען איז זײער טאָג,
די צ ַײט פֿון זײער רעכנשאַפֿט.
28אַ ָקול פֿון אַנטלאָפֿענע און אַנטרונענע פֿון לאַנד בבֿל!
אַנצוזאָגן אין ִציוֹן די נקמה פֿון יהוה אונדזער גאָט,
די נקמה פֿאַר ז ַײן טעמפּל.
29רופֿט צונױף די שיסערס אױף בבֿל,
אַלע שפּאַנער פֿון בױגן,
לעגערט אױף איר רונד אַרום,
זאָל איר ניט ז ַײן קין אַנטרינגונג;
באַצאָלט איר לױט איר װערק,
אַזױ װי אַלץ װאָס זי האָט געטאָן ,טוט צו איר.
װאָרום אַקעגן גאָט האָט זי געמוטװיליקט,
אַקעגן דעם הײליקן פֿון ישׂראל.