Page 144 - Yirmiyohu
P. 144

‫ירמיה‬

                                    ‫װאָס ער האָט באַראָטן אױף ֶאדוֹם‪,‬‬
                               ‫און ז ַײנע טראַכטונגען װאָס ער טראַכט‬

                                           ‫אױף די באַװױנער פֿון ֵתּי ָמן‪:‬‬
            ‫אױב די מינדסטע פֿון די שאָף װעלן זײ ניט אַװעקשלעפּן!‬

               ‫אױב מע װעט ניט פֿאַרװיסטן זײער װױנונג איבער זײ!‬
                     ‫‪ 21‬פֿון דעם הילף פֿון זײער פֿאַל ציטערט די ערד;‬

               ‫אַ געשרײ װאָס ז ַײן הילך װערט אױפֿן ים‪-‬סוף געהערט‪.‬‬
              ‫‪ 22‬זע‪ ,‬װי אַן אָדלער װעט ער זיך אױפֿהײבן און שװעבן‪,‬‬

                               ‫און שפּר ַײטן ז ַײנע פֿליגלען קעגן בצ ָרה;‬
             ‫און דאָס האַרץ פֿון די גיבוֹרים פֿון ֶאדוֹם אין יענעם טאָג‬

                         ‫װעט ז ַײן װי דאָס האַרץ פֿון אַ פֿרױ אין װײען‪.‬‬
                                                        ‫‪ 23‬אױף ַד ֶמ ֶשׂק‪.‬‬

                                       ‫פֿאַרשעמט איז ַח ָמת און אַר ַפּד‪,‬‬
                        ‫װאָרום אַ שלעכטע הערונג האָבן זײ געהערט;‬

                                           ‫צעגאַנגען ז ַײנען זײ געװאָרן;‬
                                              ‫אױפֿן אים איז אַן אומרו‪,‬‬

                                            ‫ער קען זיך ניט א ַײנשטילן‪.‬‬
                                         ‫‪ 24‬שלאַף געװאָרן איז ַד ֶמ ֶשׂק‪,‬‬

                                             ‫זי קערט זיך צו אַנטלױפֿן‪,‬‬
                                  ‫און אַ ציטערניש האָט זי אָנגענומען;‬
                ‫אַנגסט און װײען האָבן זי אָנגעכאַפּט װי אַ געװינערין‪.‬‬
               ‫‪ 25‬װי ניט פֿאַרשוֹינט געװאָרן איז דער גערימטער כּ ַרך‪,‬‬

                                              ‫די שטאָט פֿון מ ַײן פֿרײד!‬
           ‫‪ 26‬פֿאַר װאָר‪ ,‬אירע יונגע ל ַײט װעלן פֿאַלן אין אירע גאַסן‪,‬‬
        ‫און אַלע מלחמה‪-‬ל ַײט װעלן פֿאַרשניטן װערן אין יענעם טאָג‪,‬‬

                                                 ‫זאָגט גאָט פֿון צ ָבאוֹת‪.‬‬
         ‫‪ 27‬און איך װעל אָנצינדן אַ פֿ ַײער אין דער מױער פֿון ַד ֶמ ֶשׂק‪,‬‬

                       ‫און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון בן‪ַ -‬ה ַדד‪.‬‬

‫‪ 28‬אױף ַק ָדר‪ ,‬און אױף די קיניגר ַײכן פֿון חצוֹר װאָס נבו ַכד ֶרא ַצר דער‬
                                          ‫מלך פֿון בבֿל האָט געשלאָגן‪.‬‬

                                                ‫אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                                     ‫שטײט אױף‪,‬גײט אַרױף אױף ֵק ָדר‪,‬‬
                                   ‫און פֿאַרװיסט די קינדער פֿון מזרח‪.‬‬
             ‫‪ 29‬זײערע געצעלטן און זײערע שאָף װעט מען צונעמען;‬
   139   140   141   142   143   144   145   146   147   148   149