Page 140 - Yirmiyohu
P. 140
ירמיה
פֿאַר װאָס די ֶשפֿע װאָס זײ האָבן אָנגעשאַפֿט
איז אונטערגאַנגען.
37װאָרום יעװעדער קאָפּ איז אַ פּליץ,
און יעװעדער װאָרד איז אָפּגעשניטן,
אױף אַלע הענט ז ַײנען שניטן,
און אױף די לענדן איז זאַק.
38אױף אַלע דעכער פֿון מואבֿ ,און אין אירע גאַסן,
איז לױטער קלאָגער ַײ;
װאָרום איך האָב צעבראָכן מואבֿ
װי אַ נישטװערטיקע כּלי ,זאָגט גאָט.
39װי איז זי צעבראָכן געװאָרן! – יאָמערט –
װי האָט מואבֿ אין ביאָש דעם רוקן געקערט!
און מואבֿ װעט װערן צו געלעכטער און צו שרעק
פֿאַר אַלע ז ַײנע אַרומיקע.
40װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
זע ,װי אַן אָדלער װעט ער שװעבן,
און שפּר ַײטן ז ַײנע פֿליגלען צו מואבֿ.
41באַצװוּנגען װערן די שטעט,
און די פֿעסטונגען װערן א ַײנגענומען;
און דאָס האַרץ פֿון די גיבוֹרים פֿון מואבֿ אין יענעם טאָג
װעט ז ַײן װי דאָס האַרץ פֿון אַ פֿרױ אין װײען.
42און מואבֿ װערט פֿאַרטיליקט װערן פֿון צו ז ַײן אַ פֿאָלק,
פֿאַר װאָס ער האָט זיך קעגן גאָט געגר ַײסט.
43אַ גרױל און אַ גרוב און אַ נעץ
אױף דיר,
באַװױנער פֿון מואבֿ ,זאָגט גאָט.
44דער װאָס אַנטלױפֿט פֿון דעם גרױל,
בעט אַר ַײנפֿאַלן אין גרוב,
און דער װאָס קומט אַרױף פֿון גרוב,
װעט געװאַנגען װערן אין נעץ;
װאָרום איך װעל ברענגען אױף איר ,אױף מואבֿ,
דאָס יאָר פֿון זײער רעכנשאַפֿט ,זאָגט גאָט.
45אין שאָטן פֿון ֶכשבוֹן האָבן זיך אָפּגעשטעלט
אָן כּוֹך אַנטרונענע;