Page 136 - Yirmiyohu
P. 136

‫ירמיה‬

             ‫‪ 1‬אױף מואבֿ‪.‬מח‬

             ‫אַזױ האָט געזאָגט יהוה פֿון צ ָבאוֹת‪,‬‬
                                      ‫דער גאָט פֿון ישׂראל‪:‬‬

                      ‫װײ צו נבוֹ‪ ,‬װאָרום זי איז פֿאַרװיסט;‬
                        ‫צו שאַנד‪ ,‬באַצװוּנגען‪ ,‬איז ִקרָי ַתים‪,‬‬
                         ‫צו שאַנד און צעבראָכן איז ִמשָׂגב‪.‬‬

                          ‫‪ 2‬ניטאָ מער דער לױב פֿון מואבֿ‪,‬‬
                            ‫אין חשבוֹן האָט מען באַקלערט‬

                                              ‫בײז אױף איר‪:‬‬
      ‫קומט‪ ,‬און לאָמיר זי פֿאַרשנ ַײדן פֿון צו ז ַײן אַ פֿאָלק!‬

                       ‫דו אױך‪ַ ,‬מד ֵמן‪ ,‬װעסט שטיל װערבן‪,‬‬
                           ‫עף דיר װעט נאָכגײן די שװערד‪.‬‬
                           ‫‪ 3‬אַ ָקול פֿון געשרײ פֿון ִכֹרוַֹנ ִים‪,‬‬

                   ‫אַ פֿאַרװיסטונג און אַ בראָך אַ גרױסער‪.‬‬
                             ‫‪ 4‬צעבראָכן געװאָרן איז מואבֿ‪,‬‬

                          ‫אירע יונגע לאָזן הערן אַ געשרײ‪.‬‬
                        ‫‪ 5‬װאָרום דעם אױפֿגאַנג פֿון לוכית‬
                ‫גײט מען אַר אױף מיט געװײן אױף געװײן;‬

                          ‫װאָרום דעם אױפֿגאַנג פֿון לוכית‬
                   ‫גײט מען אַרױף מיט געװײן אױף געװײן;‬
                  ‫װאָרום אױף דעם אַראָפּגאַנג פֿון כוֹרוַֹנ ִים‬
                    ‫הערט מען אַן אַנגסטגעשרײ פֿון בראָך‪.‬‬

                       ‫‪ 6‬אַנטלױפֿט‪ ,‬ראַטעװעט א ַײער נפֿש‪,‬‬
                 ‫און ז ַײט װי אַ טאַמאַריסק אין דער מדבר‪.‬‬

                   ‫‪ 7‬װאָרום װ ַײל דו האָסט זיך פֿאַרזיכערט‬
              ‫אױף ד ַײנע אױפֿטוען און אױף ד ַײנע אוֹצרות‪,‬‬

                          ‫װעסט דו אױך באַצװוּנגען װערן;‬
                           ‫און כּמוֹש װעט אין גלות אַװעק‪,‬‬
               ‫ז ַײנע פּריסטער און ז ַײנע האַרן אין אײנעם‪.‬‬
‫‪ 8‬און אַ פֿאַרװיסטער װעט קומען אױף איטלעכער שטאָט‪,‬‬
                 ‫און קײן שטאָט װעט ניט אַנטרונען װערן;‬
                            ‫און אונטערגײן װעט דער טאָל‪,‬‬
                    ‫און פֿאַרטיליקט װערן װעט דער פּלױן‪,‬‬

                                 ‫אַזױ װי גאָט האָט געזאָגט‪.‬‬
                                   ‫‪ 9‬גיט פֿליגלען צו מואבֿ‪,‬‬
   131   132   133   134   135   136   137   138   139   140   141