Page 131 - Yirmiyohu
P. 131
ירמיה
3האָסט געזאָגט :אָ װײ איז מיר!
װאָרום גאָט האָט געמערט קומער אױף מ ַײן װ ַײטאָק;
איך בין מיד פֿון מ ַײן זיפֿצן,
און געפֿין ניט קײן רו.
4אַזױ זאָלסט זאָגן צו אים :אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
זע ,װאָס איך האָב געבױט צעשטער איך,
און װאָס איך האָב געפֿלאַנצט ר ַײס איך אױס;
און אַזױ איז דאָס אין גאַנצן לאַנד.
5און דו פֿאַרלאַנגסט דיר גרױסע זאַכן?
זאָלסט ניט פֿאַרלאַנגען.
װאָרום זע ,איך ברענג אַן אומגליק אױף אַלע ל ַײבער,
זאָגט גאָט;
אָבער דיר װעל איך געבן ד ַײן נפֿש צום געװינס,
אין אַלע ערטער װאָס דו װעסט גײן אַהין.
1װאָס דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו ִירמָיהו הנבֿיא אױף
די פֿעלקער.מו
2אױף ִמצ ַר ִים :אױף דעם חיל פֿון ַפּרעה-נכוֹ דעם מלך פֿון ִמצ ַר ִים,
װאָס איז געװען ב ַײם ט ַײך פּ ָרת אין ַכּרכּמיש ,װאָס נבו ַכד ֶרא ַצר דער
מלך פֿון בבֿל האָט געשלאָגן אין פֿירטן יאָר פֿון יהוָֹיקים דעם זון פֿון
יֹא ִשָיהון ,דעם מלך פֿון יהודה.
3ברײט אָן פּאַנצער און ֵשלד,
און גענענט אױף מלחמה!
4שפּאַנט די פֿערד,
און זעצט זיך אַרױף ,איר ר ַײטער,
און שטעלט זיך אױס אין די קיװערס;
של ַײפֿט די שפּיזן,
טוט אָן די װאָפֿנקלײדער!
5פֿאַר װאָס זע איך זײ דערשראָקענע אָפּטרעטן אַהינטער?
און זײערע גיבוֹרים װערן צעקלאַפּט,
און לױפֿן אין געלאַף ,און קערן זיך ניט אום;
אַ שרעק רונד אַרום ,זאָגט גאָט.