Page 132 - Yirmiyohu
P. 132

‫ירמיה‬

                                    ‫‪ 6‬דער פֿלינקער קען ניט אַנטלױפֿן‪,‬‬
                              ‫און דער גיבור קען ניט אַנטרונען װערן;‬

                                     ‫אין צפֿון ב ַײם ברעג פֿון ט ַײך פּ ָרת‬
                                      ‫װערן זײ געשטרױכלט און פֿאַלן‪.‬‬

                        ‫‪ 7‬װער איז דער װאָס גײט אױף װי דער נילוס‪,‬‬
                        ‫װאָס װי שטראָמען שטורעמען ז ַײנע װאַסער?‬

                                     ‫‪ִ 8‬מצ ַר ִים גײט אױף װי דער נילוס‪,‬‬
                            ‫און װי שטראָמען שטורעמען די װאַסערן;‬

                                       ‫און ער זאָגט‪ :‬איך װעל אױפֿגײן‪,‬‬
                                             ‫איך װעל באַדעקן די ערד‪,‬‬

                                   ‫איך װעל אונטערברענגען די שטאָט‬
                                                ‫און די װױנער אין איר‪.‬‬

                                           ‫‪ 9‬שפּרינגט אױף‪ ,‬איר פֿערד‪,‬‬
                                     ‫אָ אױן װילדעװעט‪ ,‬איר ר ַײטװעגן‪,‬‬
                                     ‫און זאָלן אַר אױסגײן די גיבוֹרים‪,‬‬
                                    ‫כּוש און פּוט װאָס האַלטן אַ ֵשלד‪,‬‬
                        ‫און די לודים װאָס האַלטן – שפּאַנען אַ בױגן‪.‬‬

           ‫‪ 10‬און יענער טאָג װעט ז ַײן ב ַײ יהוה דער גאָט פֿון צ ָבאוֹת‬
                     ‫אַ טאָג פֿון נקמה זיך נוֹקם צו ז ַײן אָן ז ַײנע פֿ ַײנט;‬
                                ‫און עסן װעט די שװערד און זיך זעטן‪,‬‬
                                  ‫און זיך אָנטרינקען מיט זײער בלוט;‬

              ‫װאָרום אַ שלאַכטונג איז ב ַײ יהוה דעם גאָט פֿון צ ָבאוֹת‬
                                        ‫אין צפֿון‪-‬לאַנד ב ַײם ט ַײך פּ ָרת‪.‬‬

                            ‫‪ 11‬גײ אַרױף קײן ָגל ָעד‪ ,‬און נעם באַלזאַם‪,‬‬
                                             ‫יונגפֿרױ טאָכטער ִמצ ַר ִים;‬

                                    ‫אונזיסט האָסטו רפֿואות געמערט‪,‬‬
                                          ‫ניטאָ קײן גענעזונג פֿאַר דיר‪.‬‬

                             ‫‪ 12‬געהערט האָבן די פֿעלקער ד ַײן שאַנד‪,‬‬
                                 ‫און מיט ד ַײן געשרײ איז פֿול די ערד;‬

                       ‫װאָרום אַ גיבור אָן אַ גיבור האָט געשטרױכלט‪,‬‬
                                   ‫אין אײנעם געפֿאַלן ז ַײנען זײ ב ַײדע‪.‬‬

‫‪ 13‬דאָס װאָרט װאָס גאָט האָט גערעדט צו ִירמָיהו הנבֿיא װעטן דעם‬
          ‫קומען פֿון נבו ַכד ֶרא ַצר דעם מלך פֿון בבֿל צו שלאָגן ִמצ ַר ִים‪.‬‬
   127   128   129   130   131   132   133   134   135   136   137