Page 135 - Yirmiyohu
P. 135
ירמיה
1װאָס דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו ִירמָיהו הנבֿיא אױף
די פּ ִלשתּים ,אײדער ַפּרעה האָט געשלאָגן ַעָזה.מז
2אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
זע ,װאַסערן גײען אױף פֿון צפֿון,
און װעלן װערן אַ פֿלײציקער ט ַײך,
און פֿאַרפֿלײצן דאָס לאַנד און איר פֿולקײט,
די שטאָט און די װױנער אין איר;
און שר ַײען װעלן די מענטשן,
און יאָמערן װעלן אַלע װױנער פֿון לאַנד.
3איבער דעם טריטגעפּלידער פֿון די קלױען פֿון ז ַײנע אָגערס,
איבער דעם ַר ַעש פֿון ז ַײנע ר ַײטװעגן,
דעם טומל פֿון ז ַײנע רעדער,
קערן זיך עלטערן ניט צו קינדער ,פֿון אָפּהענטיקײט.
4פֿון װעגן דעם טאָג װאָס קומט
צו פֿאַרװיסטן אַלע פּ ִלשתּים,
צו פֿאַרשנ ַײדן פֿון צוֹר און פֿון ידוֹן
איטלעך געבליבענעם העלפֿער;
װאָרום גאָט טוט פֿאַרװיסטן די פּ ִלשתּים,
דעם רעשט פֿון אינדזל ַכּפֿתּוֹר.
5געקומען איז אַ פּליכעניש אױף ַעָזה
פֿאַרשניטן געװאָרן איז אַשקלוֹן,
דער רעשט פֿון זײער טאָל.
ביז װאַנען װעסטו זיך דעם ל ַײב שנ ַײדן?
6װײ ,דו שװערד פֿון גאָט,
װיז װי לאַנג נאָך װעסטו ניט דוען?
װער א ַײנגעטאָן אין ד ַײן שײד,
באַרו זיך און װער שטיל.
7װי קענסטו ז ַײן רואיק?
אַז גאָט האָט איר באַפֿױלן;
אױף אַשקלוֹן און אױפֿן באָרטן פֿון אים,
אַהין האָט ער זי באַשערט.