Page 138 - Yirmiyohu
P. 138
ירמיה
טאָכטער באַװױנערין פֿון דיבוֹן,
װאָרום דער פֿאַרװיסטער פֿון מואבֿ
איז אַרױפֿגעקומען אױף דיר,
ער האָט צעשטערט ד ַײנע פֿעסטונגען.
19ב ַײם װעג שטײ ,און קוק אױס,
באַװױנערין פֿון ַערוֹ ֵער;
פֿרעג דעם אַנטלאָפֿענעם און די אַנטרונענע;
זאָג :װאָס איז געשען?
20צו שאַנד געװאָרן איז מואבֿ,
װאָרום זי איז צעבראָכן געװאָרן;
יאָמערט און שר ַײט,
זאָגט אָן אין אַרנון,
אַז פֿאַרװיסט געװאָרן איז מואבֿ.
21און אַ משפּט איז געקומען אױף דעם לאַנד פֿון פּלױן;
אױף חוֹלוֹן ,און אױף ַיה ָצה ,און אױף ֵמי ָפֿ ַעת;
22און אױף דיבוֹן ,און אױף נבוֹן ,און אױף ביתִ -דב ָל ַת ִים;
23און אױף ִקרָי ַת ִים ,און אױף ב ַײתָ-גמול ,און אױף ביתְ -מעוֹן;
24און אױף קריוֹת ,און אױף בצ ָרה,
און אױף אַלע שטעט פֿון לאַנד מואבֿ,
די װ ַײטע און די נאָנטע.
25אָפּגעהאַקט געװאָרן איז דער האָרן פֿון מואבֿ,
און ז ַײן אָרעם איז צעבראָכן געװאָרן,
זאָגט גאָט.
26פֿאַרשיכּורט אים,
װאָרום קעגן גאָט האָט ער זיך געגר ַײסט;
און מואבֿ װעט זיך פּאַטשן אין ז ַײן מײקעכץ,
און ער אױך װעט צום געלעכטער װערן.
27װאָרום איז ניט אַ געלעכטער געװען דיר ישׂראל?
צי איז ער צװישן גנבים געפֿונען געװאָרן,
װאָס װען נאָר דו האָסט גערעדט פֿון אים,
פֿלעגסטו זיך אױפֿטר ַײסלען?
28פֿאַרלאָזט די שטעט ,און רוט אין פֿעלז,
באַװױנער פֿון מואבֿ,
און ז ַײט װי אַ טױב װאָס טוט נעסטן
ב ַײ די ז ַײטן פֿון דעם מױל פֿון אַ גרוב.