Page 141 - Yirmiyohu
P. 141
ירמיה
װאָרום אַ פֿ ַײער איז אַרױס פֿון ֶכשבוֹן,
און אַ פֿלאַם פֿון מיטן סי ִכֹן,
און זי האָט פֿאַרצערט די שלײף פֿון מואבֿ,
און דעם שאַרבן פֿון די ליאַרעמיונגען.
46װײ דיר ,מואבֿ!
אונטערגעגאַנגען איז דאָס פֿאָלק פֿון כּמוֹש;
װאָרום ד ַײנע זין ז ַײנען גענומען געװאָרן אין געפֿאַנג,
און ד ַײנע טעכטער אין געפֿאַנגענשאַפֿט.
47אָבער איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מואבֿ
אין ָסוף פֿון די טעג ,זאָגט גאָט.
ביז דאַנען איז דער משפּט פֿון מואבֿ.
1אױף די קינדער פֿון ַעמוֹן.מט
אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
האָט ישׂראל קײן קינדער ניט?
צי האָט ער קײן יוֹרש ניט?
פֿאַר װאָס האָט ַמל ָכּם געַירשעט ָגד,
און ז ַײן פֿאָלק האָט זיך באַזעצט אין ז ַײנע שטעט?
2דרום זע ,טעג קומען ,זאָגט גאָט,
און איך װעל מאַכן הערן אױף ַרבה פֿון די קינדער פֿון ַעמוֹן
אַ שאַלונג פֿון מלחמה;
און זי װעט װערן אַ װיסטער הױפֿן,
און אירע טעכטערשטעט װעלן אין פֿ ַײער אָנגעצונדן װערן;
און ישׂראל װעט ירשען ז ַײנע ירשער,
זאָגט גאָט.
3יאָמערֶ ,כשבוֹנק װאָרום פֿאַרװיסט געװאָרן איז ַעי;
שר ַײט ,איר טעכטער פֿון ַרבה ,גורט אָן זאַקקלײדער,
קלאָגט און לױפֿט אום צװישן די שאָפֿגעהעפֿטן,
װאָרום ַמל ָכּם װעט אין גלות גײן,
ז ַײנע פּריסטער און ז ַײנע האַרן אין אײנעם.
4װאָס רימסטו זיך מיט די טאָלן,
מיט ד ַײן פֿלוסיקן טאָל ,דו טאָכטער װידערשפּעניקע,
װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף אירע אוֹצרות:
”װער קען קומען צו מיר?“